דעצעמבער 2006
(אַריבערגעפֿירט פון דעסעמבער 2006)
ארטיקל צו איבערקוקן דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן. ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
געשעענישן
רעדאַקטירן- מלחמה איבער די ירושלים ווענט קומט צו אן ענדע מיט טויט קלאפ פאר קלעצקין אין מאה שערים: ביד"ץ עדה החרדית קומט ארויס מיט פסק פון רוב חברים, (אחוץ ר' מאיר בראנסדארפער און די גאב"ד ר' טויביה ווייס) אז וויבאלד קלעצקין וויל נישט צוריק ציען זיינע געריכטליכע אנקלאגעס קעגן זיינע שלעגער וואס האבן אים געשלאגן, טאר מען זיך מער נישט באנוצען מיט זיין קאמפאני צו קלעבן צעטליך. [1]
- זעלבע רבנים רופן אויך די קנאים נישט צו פארברענען און וואנדאליזירן פארמעגן אדער מענטשען בשעת די מוחאות. [2]
- בילדער פון נארוואס געפארטיגעט הערליכער מקווה אין כינע בעדזשינג, אנטהאלט אויך שוויץ באד און מאסאזש צימערן. [3]
- קאנטרי: איחוד באגעלוי קאלעני וועט צאלן בלויז 20,000 אין שטייערן אנשטאט 70,000 דאלער א יאר. [4]
- מאנסי: פאליציי פארשפרייט בילדער פון גנבים וואס האבן בארויבט היימישען געשעפט און געשלאגען ארבייטארער. [5]
- דילעמא ביי חרדישע צייטונגען אין ארץ ישראל אויב צו פאשפרייטן איבער די זוכונגע פון א היסטארישער שעדליכער רעיפיסט וואס איז אנטלאפן פון ארעסט. משפחה (מאגאזין) איז מפרסם א בילד פון אים נאכדעם וואס מען האט אים געזען אין חרדישע געגענט אין צפת, איינזעהנדיג אז די סכנה אז ער זאל פארגעוואלדיגען א חרדישע ווייבל אדער מיידל איז פיל פאכיג מער ווי די סכנה אז די חרדישע ליינער וועלן ווערן קארופטירט פון אזא מעלדונג. [6]
- ירושלים: חרדישער משוגענער אינגערמאן ארעסטירט אין רחוב יחזקאל נאכן שטעכן אן אראבער. [7]
- פייוו טאונס און פאר ראקעוועי: ריזן ווייסן שול, וואס איז מער מאדערן פון געגענט ווערט אויסגעשפילט, זענען אין טאלקס מיט טורא קאלעזש דאס אפצוקויפן. [8]
- חבד שליח איז קעגן נייע פריוואטקייט געזעץ וואס מאכט שווערע פאר אים צו וויסן וועלכער פאציענטען זענען אידן, כדי זיי צו מקרב זיין צו אידישקייט. [9]
- צדיקים אין להם מנוחה בעולם הזה: חבדסקער קאבאליסט ראש ישיבה קבר יוסף הצדיק אין שכם ר' יצחק גינזבערג שליט"א, קען נישט זיין ביי אייניקלס לוויה צוליב עירפארט סטרייק וואס האט פאראלאזירט און פארשפארט ארץ ישראל. ביים הספד ווערט ארויסגעברענגט די ווייטאגליכער פאקט אז ביים ברית פון אינגן נפטר איז די זיידע אויך נישט געווען ווייל ער איז געזעצן אין טורמע פאר זיינע רעכטע אקטיוויטעטען פאר שלימות הארץ. [10]
- סקווירא רבי באזוכט לעיקוואד, ליטוואק האלט נישט אויס וויאזוי רעביס באקומען דארטן כבוד מלאכים פון די ליטווישע מבקשים, ווארפט פאשקעווילען אויפצוקלערן אז די רעביס זענען מבטל תורה מיט קוויטעליך. [11]
- זשאואיש פרעס דעקט אויף: די נייע הערליכער חב"ד מקוה אין כינע ביידזשינג איז גאר געווארן נתנדב דורך די צוויי סאטמארער פילאנטראפן; אברהם ברוך גאדינגער און יחזקאל בראך, וואס טוען דארטן ביזנעס, און זענען נתרשם געווארן פון די אידישקייט עסקנות פון לאקאל חב"ד שליח. [12]
- אראבער אין אלט שטאט ירושלים שטעכט חרדישער איד אויפן וועג צום כותל, לייכט פארוואונדעט, פארברעכער מיט נאך 7 געהילפן אונטער ארעסט דורך ווידעא דערנעבן וואס האט דאס פונטקליך אראפ געטעיפט. [13]
- סאטמאר רבי ר' אהרן טייטלבוים אין זיין נארוואס לעצטן באזוך אין בני ברק רופט צו זיך די חתנים און פאדערט זיי אויף נישט מער צו רעדן צו זייערע כלות בעפאר דער חתונה אויף דעם טעלעפאן. [14]
- ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ:אידישע וויקיפעדיע גרייכט 500 איינגעשריבענע באניצערס. [15]
- די רעקארד: נאכן איבערציילן די עבסענטי בעלוטס פון די וואלן אין אפסטעיט ניו יארק ווייזט זיך ארויס אז די דעמאקראטישער פארטיי קאנגרעס קאנדידאט וואלט געווינען אן דעם קרית יואלן בלאק וואוט זיי שפאקולירן אז די איבער 400 וואוטס וואס האבן זיך אריינגעפיפען סיי אין ר' אברהם ווידער און סיי אין די אפאזיציע עלייענס פאראיין פון די בני יואל זאליס און אלע אנדערע קליינע גרופעס. און יא געשטימט פאר דעם רעפובליקאנער קאנדידאט איז מסתמה צוליב די געי רעכטן אישו וואס זיי האבן אנגעפיפען ביידע פארטייען אין שטעטל און געפאלגט די תורה. [16]
- נאך א אידישער מארין שטארבט אין אקציע אין איראק. [17]
- אוי.יו. טוישט לאנג יעריגע פאליסי: מען מעג שוין קריטיקירן ארץ ישראל. [18]
- הערט א נייער הארציגער ניגון: אוחילה לקל, פון וועלט בארימטער חרדישער קאמפאוזער ר' הלל פלאי שליט"א, - אודיאו. [19]
- ניו יארק פאוסט באריכט וויאזוי אסעמבלי פירער שעלי סילווער געבט גרויס געלט פאר ניו יארקס גרעסטע צדקה וחסד מוסד מעטראפאליטען זשאואיש קאנסיל און די השפעה דאס האט אויף זיין פאליטישער פאוער קאנטראל. [20]
- דעבאטע צווישן חרדישער גרויסער לויער ר' נתן לואין מיט פיטא פארשטייער, איבער די מאראלישקייט פון כשר שחיטה. - אודיאו. [21]
- בית דין פון רב עובדיה יוסף וועט דן זיין אויב רב בנתיבות וואס האט געשאלטען זיינע חסידים, און געפייניגט מענער און פרויען, און געהעצט אז מען זאל זיי שלאגן און באווארפן מיט סידורים, האט דאס אמתדיג געמיינט אדער סתם געזאגט אלס דרשה מתוך דברי תורה? [22]
- ניו יארק דעילי ניוז באזינגט חי לייפליין וואלענטור, אלס דער דריטער גרעסטער היראו פון ניו יארק פון א ליסטע פון פופציג פון יאר. [23]
- מזרח וויליאמסבורג: פאליציי שטויסט זיך אן אין 2 מערדער סעקונדעס נאך זייער אקט. [24]
- אל על וויל זיך נישט אראפבינדן נישט צו מחלל זיין שבת; ר' חיים קאניעווסקי רופט צו בויקאטירן און נישט רייזן מיט זיי. אגודת ישראל חברי הכנסת זענען מוחה און סטראשן אונטערברענגן די רעגירונג קאאליציע אויב אל על ברעכט זיך נישט צו דער תורה. [25]
- אידישע אינטערנעט וועב סייט הייד פארק פרומער פורום פלאטפארמע בחדרי חרדים גייט איבער מאדערנער רענאוואציע מיט פיל נייע טולס און פארבעסערונגען. [26]
- אידישע אינטערנעט נייעס בלאג; וואס איז נייעס גייט אונטער פאר 3 טעג דערווייל, ווען מען גייט צו איר אדרעס קומט ארויף איבער הונט קטענען. [27]
- מאדערען ארטאדאקס אידישער צייטונג זשאואיש פרעס דרוקט אפ בריוו פון געי וואס טענהט אז די קאמיוניטי האט איר בארויבט איר לעבן נישט אנערקענעדיג אז זי איז געבוירן מיט די סארט געשלעכטליכע נייגונג צו דעם זעלבן מין. [28]
- טראדיציאנאלער אידישער נאציאנאל סינידקירטער ראדיא טאלק שוי גאסטגעבער דעניס פרעגער רייסט אראפ ערשטען מוסולמענער דעמאקראטיק [קאנגרעסמאן וואס ווערט איינגעשוואורען מיט א קוראן, אנשטאט די קריסטליכער בייבל, ווערט אראפגעריסן דורך די עי.די.על. פאר ראסיזום. [29]
- מאנסי: טויזענטע איינוואונער פונעם נייעם אידישען געגענט טשעסנאט רידזש פארבלייבן אן עלעקטעריציטעט נאך קאר עקסידענט אויף ראוד וואס פאראורזאכט פייער אויף די שטאנג. [30]
- מאנסי: פראטעסט דורך די יוניאן קעגן דעם געפלאנטען וואל מארט מעגא געשעפט אויף רוט 59 צווישען פעט מארק אין עטריום פלאזא. [31]
- נייער כולל עפענט זיך אין בודאפעסט אונגערן אין אלטען אידישען געטא, מיט בני תורה פון ענגלאנד אויפצולעבן די ארטיקער אידישקייט. [32]
- קאנטרי: נייע טורעמעס אין סאוט פאולסבערג פאר סעלפאוןס בעסער צו כאפן. [33]
- דריי חסידישע סקווירא אידן באטייליגן זיך צו ווערן פייער לעשער וואלענטורען. [34]
- נתיבות: א מלחמה צווישן די 2 באבאס; חכם איפרגן באקאנט אלס די רענטאגען; און באבא ברוך אבוחצירה, דער זון פון באבא סאלי איבער מאכט איבער די שטחים ארום די קבר פון באבא סאלי, ווער עס איז אן אמתדיגער מקובל און מאכט אמתדיגע נסים. [35]
- אינדערצווישען איז דא אן אנדער באבא פון מאראקא וואס די לאקאלער אידישער צייטונג פון לאס אנזשעלעס פרויפיילט. באקאנט זיך מיט דעם מקובל ר' חיים פינטאו וואס וואוט אין לעבט אין פיקא ראבערטסאהן געגענט, אבער זיינע נסים מאכן כוואליעס איבער די גארער אידישער וועלט. [36]
- א אידישער גיבור וואס האט נאך געיאגט די נאצי וואס גהארגעט זיין אייגן מאמען און אים געברענגט מיט נאך פילע אנדערע נאציס צו גערעכטיגקייט איז געשטארבן. [37]
- דערמאנונג: מען זאגט שוין ותן טל ומטר לברכה ביים דאווענען שמונה עשרה. [38]
- דאלער איינטוישער איז געווארן בארויבט אין רמת שלמה ירושים. [39]
- א שמועס מיט פראפעסער ר' יעקב ראבקין אין הארץ (צייטונג), איבער זיין בוך וואס איז מסביר פאר די וועלט די מלחמה פון חרדים קעגן ציונות. [40]
- העכסטער געריכט אין קאנדאע וועט הערן עגונה קעיס פון מאן וואס האט געבראכן קאנטראקט און וויל נישט געבן קיין גט פאר זיין פרוי שוין כמעט 30 יאר. נאכדעם וואס נידעריגער געריכט האט ארויסגעווארפן די קעיס זאגענדיג אז דאס איז א רעליגיעזער סכסוך. [41]
- אל על איז נישט בלויז נאר מחלל שבת נאר זיי סערווירען אויך טריפה עסענווארג אויפן פליגער.[42]
- באבוב 48, וודיאו קליפ אויף יו טוב וויאזוי זיי צעווארפן ריזן היסטארישען טעמפל צו בויען אויף יענעם שטח שול. [43]
- דראמא אין לעיקוואד ווען קליינע קינדער פון בית יעקב סקול באס שטויסט זיך אן אין עקסידענט מיט טרעילער. [44]
- דורכפאל פאר חב"ד ארויסצנעמען אלע ספרים פון ביבליאטעק וואס די רוסישע רעגירונג האט קאנפעסקירט, זיי קענען נאר פארלאנגן די כתבים. [45]
- איראן פארשפארט אינטערנעט צוטריט, צו די פאלגענדע וועב סייטס וואס איז לויט זיי נישט אויסגעהאלטן דורך די רעליגיע; יו טוב; ניו יארק טיימס; און וויקיפעדיע. [46]
- איראן פרעזידענט אכמאדיניזשאד קומט אונטער קריטיק פון זיינע פרומע שטיצער אז ער איז געזעצען אין זיך צו גהערט צו פרויען זינגען און טאנצען. קעגן די צניעות געזעצען פון זייער רעליגיע. [47]
- ישראעיר עירליין פארפליכט זיך פאר די רבנים צו היטן שבת אויב די חרדים וועלן טאקע איבערלאזן על על גענצליך. [48]
- אל על טרעפט זיך מיט עסקנים צו פארהאנדעלן א אפמאך נישט צו מחלל שבת זיין. [49]
- בעלגיע: צעהן מוסולמענער קינדער ווארפן שטיינער אויף אידישע קינדער, באקומען שטראף פון קאמיונעטי סערוויס. [50]
- סאטמאר מחלוקת: דורכפאל פאר זאליס אין בארא פארק. ריכטער אנטזאגט צו ווידער עפענען די קעיס איבער די אייגענטומערשאפט פון די מוסדות. [51]
- באמבע שידוך אין סאטמאר: ר' העניך אשכנזי איידעם פון סאטמאר רבי, ר' אהרן טייטלבוים, צד החתן, זיך משדך מיט ר' בעריש מייזליש, סאטמאר בארא פארק רב, א שוואגער מיטן סאטמאר רבי. [52]
- וואשינגטאן די.סי. א שידוך צווישן 2 אידן מאכט נייעס. חתן איז א דעמאקראטישער פארטיי קאנגרעסמאן, כלה איז א רעפובליקאנער הויך ראנקיגער קאבינאט מיטגליד. [53]
- ארץ ישראל: געריכט פארבאט ארבייטען אין שבת אין קיבוצים. [54]
- עכו ישיבה וואנדאליזירט דורך אראבער. [55]
- וויליאמסבורג: די שטאט פארפליכט מער טרעיןס אויף די G און די L ליניעס. [56]
- וויליאמסבורג: ריזן פייער פארניכטעט עסענווארג קאמפאני. פארדעכטיגט. [57]
- מיאמי אין שאק: פרומער איד מיט זיין מאמע טויט אין טראגישער קאר עקסידענט, איבעריגע משפחה מיטגלידער אין שפיטאל פארוואונדעט. [58]
- חזן איטשע מאיר העלפגאט האט געזינגען אין לינקאלן סענטער מיט ניו יאר פילהארמאניק כאר. [59]
- וואס איז נייעס (בלאג) איז צוריק אויפן אינטערנעט, מיט נייעם וועב סייט איי. פי. אדרעס און נייעם דאומעין נאמען. [60]
- ביבי נתניהו עפענט זיך אויך בלאג. [61]
- אייגענארטיקער חידוש אין סקאקי א מאדערן ארטאדאקסישע אידישע פארשטאט אין שיקאגא: עס האט זיך געפענט א ריזן אפיס בנין וואס אירע טענעטס זענען דוקא בלויז פרומע אידישע ביזנעסער, און אינדערמיט איז פארהאן א בית המדרש וואס ווירבעלט מיט שיעורי תורה און מנינים דורכאויס דעם טאג. [62]
- כל העולם כולו לייגט אויפן פראנט קאווער עמאציאנעל גרויסען בילד פון ר' בעריש ספינקער שליט"א ביי חתונה פון קינד. [63]
- געריכט אין ארץ ישראל, שליידערט אריין אידיש פארפאלק אין טורמע אורטייל פאר 9 חדשים, פארן אריינווארפן א קאפ פון א חזיר אין א מאסק. [64]
- בארא פארק אסעמבלימאן ר' דוב הייקינד רופט פארן רעזיגנאציע פון פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט. [65]
- זאלי סאטמאר בית דין פון ברוקלין, שטעלט זיך צו צו רוב בית דין פון עדה החדית צו באשמוצען קלעצקין. [66]
- קנאים פייערן נצחון אין כיכר השבת מיטן באפרייאונג פון קלעצקין קאמפעטישאן. [67]
- דער וועלט בארימטער אידישער בדחן און זינגער ר' ליפא שמעלצער מיט נייעם טעיפ: ליפא זינגט הלל. [68]
- בית דין פון ספרדישע רבנים הערן אויס טענות קעגן ספרדישען רב וואס האט געשאלטען און געסטראשעט מיט פעטש זיינע מתנגדים, שליסן דעם זיצונג אן קיין פובליק פסק. [69]
- געריכט ווארפט אפ פסק פון רבנים וואס האן געהייסן פאליציי אריינשליידערן פרוי וואס האט געשאלטען בית דין אין תפיסה. [70]
- בית שמש: קנאים וואנדאליזירן פאליציי קאר ווען זיי קומען ארעסטירן אנדערע קנאים. [71]
- מאנסי: טראגישער קאר עקסידענט אויף רוט 306, פאליציי זוכט עדות. [72]
- הרב אלישב מיט גור'ע רבי פארלאנגן פון אל על א לעגאלער אונטערשריפט אויף א קאנטראקט נישט צו מחלל שבת זיין מער. [73]
- ר' רפאל האלפערין פארפליכט זיך אויסצאלן יעדן לויער קאסט פאר חרדים וואס ווילן קלאגן אל על פאר חילול שבת. [74]
- חנוכה מנורה צערעמאניע ווערט בלאקירט דורך שטאט ראט אין קאלאראדא צוליב די שטאט און רעליגיע וואנט, אבער סענאטור מיט חב"ד שליח פלאנען שוי דאון יא צו מאכן א צערעמאניע. [75]
- בר מצוה בחור שטעלט צוזאם $10,000 פאר קענסער פאציענט צו זיין בר מצוה ווערן. [76]
- זארג אין נייעם געגעט פון מזרח ירושלים: הר חומה, נאכדעם וואס רוסישער ביליאנער ארקעידי גאידמאק קויפט אפ 6 וואלקן קראצער געביידעס פאר לאו אינקאם פאמיליעס. [77]
- ערשטע מאל אין היסטאריע: חרדים וועלן זיך צוזאמזעצן דן זיין איבער ענווייערמענטל אישוס. [78]
- באנק פועלי אגודת ישראל איז דער איינציגסטער פרומער אידישער באנק אויף די וועלט, ליינט וויאזוי אירע דירעקטארען הייבן אן יעדעס טאג מיט א מיטונג קודם איבער א דבר תורה אויף די וואכעדיגע סדרה. [79]
- חב"דסקער מאגאזין כפר חב"ד האט די וואך, אויפן פראנט קאווער א שמועס און געשיכטע פון ר' מענדל וועכטער שליט"א; וויאזוי און פארוואס איך האב איבערגעלאזט סאטמאר און געווארען א ליובאוויטשער חסיד. [80]
- ווען מען פרעגט ר' מענדל וועכטער וואס פארקויפט חסידות ווערט ער שטום פון התרגשות, ערשט דערנאך ווען מען מוטשעט אים פרעגט ער צוריק וואס איז אזוי גוט אין לעבן? חסידות איז לויט אים דער טעם אין לעבן. [81]
- ברוקלין: וועטעראן מלמד אין תורה תמימה חדר אויף אוישען פארקוועי, וואס ווערט באשולדיגט אין סעקסואל באלעסטיקען קינדער פאר צענדליגע יארן, ארעסטירט אויף נייעם באשולדיגונג, דאסמאל פון 8 יאריג קורבן. [82]
- אידישער געמבלינג פילאנטראפ, שעלדאן עידלסאהן געבט 200 מיליאן דאלער צדקה פאנד צו בויען אידישקייט ארום די וועלט אין א ישיבה אין לאס וועגאס. [83]
- קאנסערוועטיוו ראבייס נעמען אן געיס אין רבנות און וועלן דורכפירן צערעמאניע ווען זיי פאראייניגן זיך. [84]
- אוי. יו. באדאנקט זיך, און אנערקענט ארויסגייענדער יו.ען. אמבאסאדער זשאן באלטאן פאר זיין ארבייט און קאמפ פאר אידישע אינטערסע. [85]
- ארץ ישראל וועט צושטעלן פאר די פרומע עלעקטיריציטעט אן קיין חילול שבת. [86]
- אידישע פאליציי ארעסטירט רעכטער רב פון די סנהדרין. [87]
- טאלקס צווישן רבנים מיט אל על זענען אויף שטיינער נאכדעם וואס מ'קען זיך נישט פאראייניגען ווער זאל זיין דער מחליט וואס הייסט פיקוח נפש, די רבנים יעדעס מאל עקסטער, צו אל על לויט פארשריפטען. [88]
- ר' משה אריה פרידמאן ווארענט וועלט איבערן באנוץ און אביוז פון די האלאקאוסט היסטאריע. [89]
- וויליאמסבורג: אומגלויבליכער דראמא שפילט זיך אפ ווען שטאטס בעל חסד און בעל הכנסת אורחים סימבאל, ר' ברוך מאשקאוויטש הי"ו בראשוב ראש הקהל ווערט געוואור אז ער האט א צווילינג ברודער וואס לעבט אין די סטעיטס אלס דאקטער, מען ווארט נאך אויף די.ען.עי. רעזולטאטען אויף מאנטיג אבער יענער האט באקומען א געבורט סערטיפיקעט פון זיין מאמע וואס איז נארוואס געשטארבן און האט אים אויסגעזאגט די סוד אז ער איז געבוירן א איד. [90] [91]
- באקאנטע מערדער דוד בערקאוויטש וועלכע רופט זיך "סאָן אָוו סעם" אין דינט לעבענסליכע תפיסה ווי ער האט זיך דארט געשמדט, וועט צירוק באקומען זיינע בילדער פון זיין בר מצוה [92]
- געטומעל און איבערקערעניש אין ארץ ישראל ווען פרומער אידישער דאקטער רופט רבנים אין הצופה אינטערוויא צו טוישן הלכות נידה צוליב דעם וואס א פערטל קעיסס פון עקרות זענען צוליב גזירה פון רבי זירה. וואס זיי גייען אין מקוה א וואך נאך זייער זמן פון אוויולעישאן, און קענען קיינמאל נישט האבן קיין קינדער אין זייער לעבן און קיינמאל נישט האבן קיין ריכטיגע טעם אין תשמיש צוליב דעם תקנה דרבנן. [93]
- פרויען פון גאנץ ארץ ישראל אטעמען אפ נאכדעם וואס היסטארישע גרויסער רעיפיסט וואס איז אנטאלפן פון תפיסה איז געכאפט געווארן און איז צוריק אין קייטלעך. [94]
- יגאל עמיר מערדער פון פרעמיער מיניסטער יצחק רבין ווערט פארגרינגערט אין תפיסה, אריבערגעפירט צו צעל אן איזאלירונג און ווידיאו מאניטירינג. [95]
- לאנדאן מעיאר קען ליווינגסטאן בעט איבער די אידן פארן זיי טשפענען. [96]
- ערשטער פרומער איד אין לעגסלעטור אין די שטאט ניו העמשיר. [97]
- דער אידישער פרומער רעפער, מתתיהו אויף די ליסטע פון נאמינירטע גרעמי געווינער פאר זיין נגינה. [98]
- חברון: ר' מענדל וועכטער, ר' יואל כהן און ר' חיים שלום דייטש רעכטן אפ א שבת התוועדות לכבוד י"ט כסליו אין מערת המכפלה. - בילדער. [99]
- איראן: האלאוקאוסט קאנפארענץ ווערט דערעפענט מיטן באטייליגונג פון נטורי קרתא רבנים ר' אהרן קאהן פון מאנטשעסטער משגיח אין תורת חסד און ר' משה אריה פרידמאן שליט"א פון וויען עסטרייך. [100]
- לוי לבאיאב רופט נישט צו אינוועסטירן אין ארץ ישראל און אין אמעריקע עקענאמיע צוליב יאר אומסטאבילקייט פון די מארקעט, און געבט אן די טעם פון אזויפיל איזראעלי יורדים איבער די וועלט, ווייל אין ארץ ישראל איז נישט פארהאן קיין אידישער חינוך. [101]
- ווידעראום דער אמעריקאנער ביליאנער, דאנאלד טראמפ זאגט גאר אז ארץ ישראל איז די בעסטער עקאנאמיע צו אינוועסטירן. [102]
- פאול וואלפאוויטש ווערט פארשריגען אין פראטעסט ביי זיין אויפטריט אין אטלאנטא שול. צוליב איראק מלחמה ליגענט. [103]
- סטעמפארד היל הצלה אין לאנדאן קויפט ערשטער אמבולאנס. - בילד. [104]
- שיכורער שווארצער דרייווער זייט אן חורבן אין קרוין הייטס קאר עקסידענט. - בילדער. [105]
- הערט און זעהט פראמא פון נייעם ליפא שמעלצער טעיפ וואס גייט זיין אין געשעפטען חנוכה. - גוגל ווידיאו. [106]
- כ"א כסליו, יום ההצלה פון סאטמאר רבי ר' יואל טייטלבוים זי"ע וואס איז היינט באפרייט געווארן פון די נאציס נעגל דורך די ציונים, ווערט אפגעצייכענט און געפייערט אין אלע סאטמארע צענטערן איבער די גארער וועלט; מיט 2 הויפט צענטראלע מעניפאסטיציע אווענטען פון מאסן און פאוער צווישן די 2 ברודער, זיינע נעפיוס, ר' אהרן טייטלבוים VS. ר' זלמן לייב טייטלבוים שוידאון אין וויליאמסבורג. - גוגעל ווידיאו קליפ ווי די ארונים זינגען חסדי ה'.... [107]
- אינטערנעט טעכניק אין מאניפעסטיציע פאר אידישקייט: איבער 2,500 קינדער פון חב"ד שליחים איבער די גארער וועלט פייערען צוזאמען ראש השנה לחסידות, פארבינדען אויפן וועב. [108]
- פאליצייאישער קאר עקסידענט אין בארא פארק - בילדער. [109]
- אוסם נעמט אראפ הכשר פון ביד"ץ עדה החרדית פון געוויסע במבה פעקלעך, כדי ארויפלייגן א בילד און פראומאושען פאר א אויפטריט פון א פאפולערע אומצניעותדיגע אקטאריסקע און מאדעלקע, יעל בר זוהר, פון ארץ ישראל. [110]
- ערפארט אין סיאטעל וואשינגטאן נעמט אראפ קרייצמעך ביימער נאך פארלאנג פון רב צו אויך אויפשטעלן מנורה. [111]
- זשאן מעקעין שימפט קעגן איראן אין ישיבה אוניווערסיטעט אויפטריט. [112]
- איראן: די האלאקאסט קאנפערענץ איז נישט צו לייקענען אדער באשטעטיגן דעם פאקט איבער די אויסראטונג פון 6 מיליאן קדושים. דאס איז איינפאך א געלעגנהייט צו געבן פרייהייט פון אויסדרוק פון ווארט פאר חורבן לייקענער אדער אנדערע קאנטראווערסיאלע גרופעס ווי די קו קלעקס קלען און נטורי קרתא זיי זאלן לאזן הערן זייער מיינונג אן קיין שרעק פון קיין שטראף פון זייערע מדינות וואס זיי וואונען דערין, וואס איז נישט ערלויבט פרייהייט פון ווארט איבער דעם ענין. [113]
- אהוד אלמערט זאגט פאר די וועלט: ארץ ישראל האט נוקלארע וואפן זיך צו ספראווען מיט איראן. [114]
- איראן: נייע טעקסי קאמפאני גרידנט זיך צו סערווירען בלויז פרויען דורך בלויז פרויען דרייווערס. [115]
- ידיעות אחרנות באשרייבט די סקאנדאל פון דער טרעפונג פון וויליאמסבורג בעל חסד, ר' ברוך מאשקאוויטשס פארשטארבן ברודער געזונט און שטארק נאך פופציג יאר וואס די ארץ ישראל שפיטאל האט אים ערקלערט טויט ביים געבורט. זיי שרייבן אויך אז [[משפחה (מאגאזין) גרייט אן אן א לענגערע ארטיקל וויאזוי און וואס פונקטליך האט דא פאסירט. [116]
- קרוין הייטס: 2 מיידלעך באלעסטיגט אין היסטארישע געפלאגטע רעזידענס געביידע. [117]
- מאנסי: פעדעפייל אנטלויפט נאכן וועלן אריינכאפן 10 יאריג קינד אין קאר, בשעת ער ווארט פאר באס. [118]
- וויען וועט צוריק עפענען אידישען גימנאסיום וואס די נאציס האבן פארשלאסן. [119]
- נייער געזעץ פארגעשלאגן דורך לינקע חבר הכנסת צו פארבאטען און מאכן אומלעגאל איבערעדן איגענטליכער אונטער 18 יאר צו אידישקייט אדער סיי וואס אנדערע מיסיאנערישע אקטיוויטעטן אויף זייערע אינגע מוחות. [120]
- בארא פארק קאונסילמאן, ר' שמחה פעלדער וויל לויפן פאר ניו יארק סיטי קאמפטראלער, צוליב זיין פריינטשאפט כאראקטעריסטיקס און בעיקר צוליב דעם וואס ער איז א אקאונטענט פראפעסער אין טורא קאלעזש קען ער די נומערס פארן זשאב. [121]
- מאנטשעסטער בית דין געט ארויס בריוו און פסק וואס פארדאמט ר' אהרן כהן דער תורת חסד משגיח פארן זיך באטייליגן אין איראן קאנפארענץ מיט האלאוקאוסט לייקענער. [122]. בילדער פון זיין באטיילוגונג מיט אנדערע קנאים אין איראן. [123]
- מאנסי: היימלאזער]] פארשוין פאראנטווארטליך פאר א פאר רויבערייען אונטער ארעסט. [124]
- וויליאמסבורג: ארטיסט פירט דורך חסד קאמפיין פון לייגן בענקלעך אויף יעדן גאס קארנער. [125]
- יד לאחים עסקנים און ארבייטארער אונטער ארעסט פאר זייער הערויאיזם ארויסראטעווען אידן פון שמד. [126]
- ניו יארק טיימס באזוכט קרית יואל צו באשרייבן די היימישע קאך מיט אירע אונגארישע געשמאקע רעצעפטן. [127]
- עמאציענאלער רירענדער ווידעא פון חנוכת הבית פון היטארישער חב"ד מקוה אין בייזשינג כינע וואס איז נתנדב געווארן דורך די סאטמארער פילאנטראפן ר' יחזקאל בראך און די גאדינגער משפחה ווערן געזען חזן העלפגאט און נאך, פרדוצירט דורך א אידיש מיידל וואס ווערט פרום און האט חרטה אויף איר אסימילאציע פלענער און וויל נאר חתונה האבן מיט איד נאך דעם הערליכן מעמד קידוש ה'. - ווידיאו. [128]
- ניו יארק פאסט: צווייטער מחנך אין איין וואך אונטער ארעסט אין חרדישע ברוקלין געגענט אויף סעקסואל באלעסטיגונג באשולדיגונג; דאס מאל א משגיח פון גור'ע ישיבה אין בארא פארק אין קייטלעך נאך א בחורס באשולדיגונג. [129]
- ר' שמואל חיים פאפענהיים, רעדאקטאר פון העדה דער זשורנאל פון עדה החרדית רייסט אראפ די נטורי קרתא עסקנים וואס האבן זיך באטייליגט אין איראן קאנפארענץ פון האלאוקאוסט לייקענער. [130]
- חתן בחור פון הר נוף בעפארן חתונה געווינט לאטערי פרייז פון 50 מיליאן שקל. [131]
- חרדישער ליטווישער צייטונג, יתד נאמן מיט עדווערטייזמענט פון בילד וואס האט פיטער אין פלייש אויסגמישט. [132]
- זשואיש פרעס קריטיקירט דעם ניו יארק פאסט העדליין שרייבער וואס זיי קימערן זיך נישט מיט אידישע געפילן און קומען אייביג אויף מיט שרייענדע קעפלעך וואס נוצן האקעלע אידישע באגריפען וואס טשעפעט טיעף. וו.צ.ב. פארן רודפן שעלי סילווער און אנרופען דעם פרומען איד א חזיר ליבהאבער צוליב זיין געבן גרויס געלט פון די שטייערן פאר ארגענעזאציעס וואס פארזיכערן זיין פאליטישער פאוער. אדער די קעפלעך אין די סאטמאר מחלוקת נייעס וואס שפעט זייער שטארק פון חסידים. [133]
- וואס קען ברוין טוהן פאר דיר?: יו. פי. עס. איז מסביר זייער פאליסי פארוואס זיי שטעלן ינשט צו קיין סערוויס פאר די מתנחלים. [134]
- הרב עובדיה יוסף שטעלט זיך צו הרב אלישב און גור'ער רבי אנטקעגן אל על זיי צו בויקאטירן צוליב חילול שבת. [135]
- יונתן ראזענבלום דער שריפט שטעלער פון ירושלים און משפחה קאלומניסט באשטעטיגט אז הארץ גרייט צו גרויסן ארטיקל דעם שבת איבער די 4 קנאים מענער וואס האבן געשלאגן א פרוי אויף א באס פון כותל וואס וויל זיך נישט געוואלט אויפשטעלן אויף זייער באפעל צו גיין פון אונטן צוליב צניעות. [136]
- ארץ ישראל וועט האבן אין בוזשעט צו שפענדן 93 מיליאן דאלער די יאר פאר רעליגיע צוועקן. [137]
- אידישער שומר דערשטאכן אין ירושלים דורך אן אראבער איז קריטיש. [138]
- זינט די עוואקואירונג פון די אידן אין עזה איז דא מער ווערעם אין די סאלאטן. [139]
- רבנים דאווענען צוזאמען מיט דעם אנטיסעמיטישער גוי, דער דעמאקראטיק געוועזענער פרעזידענט זשימי קארטער, צוליב זיין נייע אנטי מדינת ישראל און פרא פאלעסטינער בוך. [140]
- עמאציענאלע טראנסקריפט פון אויספארשונג אויף ש"ס פארטיי חבר הכנסת ר' שלמה בניזרי און גרויסער ספרדישער מחזיר בתשובה ראש ישיבת אור החיים ר' ראובן אלבז דורך עד המדינה וואס איז געוועזן אמאל זייער חבר און גרעסטער חסיד, און איצט איז ער געווארן זייער הויפט באשולדיגער וואס טענהט ער האט זיי געגעבן שוחד צו באקומען רעגירונג קאנטראקטס דורך קארופטירטע בידס. [141]
- נטורי קרתא באטייליגונג אין איראן האלאויקאוסט לייקענען קאנפערענץ אפדעיטס:
- מאנסי: גרויסער ראלי ארויסווייזן סאלידיריטעט פאר האלאוקאוסט איבערלעבער און פראטעסט קעגן די נטורי קרתא [142]
- ר' ישראל דוד ווייס פארענטפערט זיך. [143]
- ציוניסטישער אשכנזישער הויפט רב, ר' יונה מצגר בעט וועלט רבנים מען זאל אריינלייגן די נטורי קרתא אין חרם. [144]
- סאטמאר צייטונג- דער איד, (זאלונים), רייסט שארף אראפ די גרופע אין זייער עדיטאריעל און אויך אין זייער הויפט נייעס אויפן פראנט פעידש [145] . זייער בית דין רופט אויך צו שטיין אוועק פון זיי און זיי פארדאמען און נישט שטיצען.[146]
- * הויפט שול אין קאנאדע פראווינץ לאזט נישט עולה לתורה זיין אנטי-ציוניסטישען פראפעסער, ר' יעקב ראבקין, (ער האט זיך נישט באטייליגט אין איראן). [147]
- ר' חיים שלום לעפקאוויטש (אויך פון די מאנסי נטורי קרתא, אבער האט זיך נישט באטייליגט אין איראן). ווערט געוויזן אין לייוו דעבאטע מיט ר' אמנון יצחק, אינמיטן מאנסי אויפטריט, וואס ער איז (בטעות?) מודה אז ר' יואל טייטלבוים איז נישט געווען אזוי עקסטרים אויסגעשפראכן ווי נטורי קרתא אין זיין מלחמה מיט ציונות, דאס הייסט אז אפילו ער האט טאקע נישט געזאגט אז דער קיבוץ גליות ווערט בטל ווערן נאר בלויז די אידישע רעגירונג, אבער לויט נטורי קרתא דארף דאס יא בטל ווערן אויך די קיבוץ גליות, אין די אידן מוזן ווידער פארטריבן ווערן פון ארץ ישראל ווייל זייער גאנצער עליה איז צושטאנד געקומען דורך אן עבירה פון שלא יעלו בחומה. - וואטשט סוף ווידיאו. [148]
- קרוין הייטס בילדער פון ווילדער קאר עקסידענט ווי קארן ענדיגען אויף דאך פון אנדערע. [149]
- פראומא ווידיאו פון ר' ליפא שמעלצער חנוכה קאנצערט. [150]
- אוניווערסיטעט אין ארץ ישראל פארלאנגט אין קאריקולים פון סטונדעטען צו שרייבן ארטיקלען פארן היברו וויקיפעדיע. [151]
- גוגל ערד לייגט צו וויקיפעדיע ארטיקלן אויף יעדע זוך רעזולטאט. [152]
- וועד הרבנים (סעלפאון) קלאגן אן ספרינט און נעקסטעל אין געריכט פארן ברעכן קאנטראקט און יא ערלויבן טעקסט מעסעדזשס אויף די כשר צעלפאנען, דערמיט אנמאכענדיג 150,000 דאלער שאדן פארן וועד. און אויך פארן ארויסלאזן א פאלשער ליגענט לשון הרע אז די וועד האט באצאלט פאר די אינטערנעט האלאקאוסט פארגלייכענדיג עדס און דער איד און אין דער בלאט. [153]. - די געריכט פאפירן. [154]. די עדס וואס די וועד לייקענט אז זיי זענען פאראנטווארטליך און קלאגן דערפאר ספרינט. [155]
- היברו וויקיפעדיע פייערט זייער דערגרייכונג פון דעם 50,000'טער ארטיקל, מיט חנוכה פארטי. [156]
- אל על האט שאדן א מיליאן שקל טעגליך פון די חרדישע בויקאט וואס האט זיך נאך אפילו נישט אנגעהויבן. [157]
- הארץ (צייטונג) האלט אפ אינטערוויאו מיט קאנאדער פרוי וואס האט געכאפט שלעק פון חרדישע מענער פארן נישט זיך וועלן רוקן אין בעק פון באס אין ירושלים. [158]
- ניו יארק סענאטור טשאק שומער און חרדישער אסעמבלי ספיקעיר שעלי סילווער צינדען וועלטס גרעסטע מנורה אין 5'ט עוועניו ביי סענטראל פארק אין מאנהעטען. [159]
- זיכערהייט אנווייזונגען בנוגע מנורה חנוכה ליכט צו פארמיידן א פייער. [160]
- טעלעוויזען אינטערוויאו פון אוריילי פעקטאר מיט חב"ד רב וואס האט געבעטן ארויפלייגן א מנורה אין סיאטעל עירפארט און זיין האבן אראפגענומען אלע קרייצמעך ביימער אלס אנטווארט. - ווידאו. [161]
- סאטמאר מחלוקת: ריס אינערהאלב זאלוינים: ר' אברהם לייטנער האט יא מתיר געווען און געשטיצט די נטורי קרתא וויזיט קיין איראן חורבן אייראפע לייקענער קאנפארענץ קעגן די איסור פונעם סאטמאר רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים און זיין בית דין ר' שלמה לייב וויינבערגער מיט ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, ר' זלמן לייב פילאפ און ר' חיים דוד כ"ץ. [162]
- ראביי הערץ פרענקל ענגליש פרינציפל פון סאטמאר בית רחל, און לאנג יעריגע שטוב מענטש ביים פריערדיגען סאטמאר רבי יואל טייטלבוים ז"ל, טרעט אויף אויף זאב ברענער ראדיא שוי איבער סאטמאר שיטה וואס עס איז אנדערשט פון נטורי קרתא. [163]
- זשימי וועילס דער גרינדער פון אלע וויקיפעדיעס, וועט אוועקגעבן פריי אן אפצאל די סערווערס און סאפטוועיר פון מעדיעוויקי פאר פריוואטע ביזנעס און קאמיוניטי וועב סייטס בתנאי אז זיי טוען נאר לייגן א לינק צו וויקיע זיין קהילה פארטאל. [164]
- וויליאמסבורג: פאליצאנט דערשטאכן אינמיטן געפעכט אין רעסטוראנט, יוניען קאר מעטראפליטען. [165]
- נגינה: נייער טעיפ ארויסגעקומען, מיטן נאמען שמע ישראל, א קאלעקציע פון די בעסטע קאמפאזיציעס פון ר' פנחס וועבער הי"ו. [166]
- הרב שלמה אבינר ערלקערט: קיינער ווערט נישט געבוירן א האמאוסעקסועל אדער לעסביען מען ווערט אזוי נאכדעם ביים לעבן דורך געוואונהייט וואס מ'געבט זיך נאך די תאווה, און מען גייט נאכאנאנד נאך שלעכטע אדער גוטע נייגונגען. [167]
- טיים מאגאזין דערקלערט זייער אויסוואל פון די מענטש פון יאר 2006; אייך! דער איינפאכער אינטערנעט באנוצער. [168]
- אריזאונע רעפובליקאנער סענאטאר און פרעזידענט קאנדידאט, זשאן מעקעין אויף א וויזיט אין ארץ ישראל געבט חיזוק פאר משפחות פון געפאנגענע סאלדאטען. פארציילענדיג זיין אייגן עקספיריענס אלס מלחמה געפאנגענער אין וויעטנאם. [169]
- חנוכה מעסעדזש פון פרעזידענט בוש פאר כלל ישראל. [170]
- ניו יארק פאוסט: נייער געזונטהייט דעפוטאט אונטער דעם אריינקומענדיגן גאווערנער עליעט ספיצער איז אונטער געקויפט און משוחד פון די 2 חרדישע עסקנים ר' יונתן יוסף מענצער און ר' יוסף גאלדבערגער פון פאפא. [171]
- מאנטשעסטער: הונדערטער חרדישע, צוזאמען, מיט פרייע אידן. האלטן אפ שטורמישע פרטעסטען אין פארענט פון הויז פונעם משגיח פון ישיבה תורת חסד, הרב אהרן כהן שליט"א, פארן זיך באטייליגן אין איראן האלאוקאויסט קאנפערענץ. - בילדער. [172]
- הרב אברהם זרביב שליט"א, דער ספרדישער אלטער בחור תלמיד פון ישיבה קול תורה, פון די אקטיווע ירושלים קנאים. וואס אין איז געווארן ארעסטירט בשייכות צום קלעצקין פרשה באקומט פסק פון פרומע ריכטער אז אויב ער טוט נישט אן עלעקטאראנישע קייטללעך אין שבת ביי זיין הויז ארעסט מוז ער צוריקגיין אין טורמע. באקומט גרויס חיזוק פון אלע רבנים און גייט אין טורמע. [173]
- אנקעטע: לוד בן גריון עירפארט דער בעסטע פון 40 עירפארטס פון גאנץ אייראפע. [174]
- אל על פליגער געכאפט אויף קאמערע אין די לופטן אין שבת טראץ אינטעסיווע פארהאנדעלונגען מיט חרדים. [175]
- ישראעיר פוילט זיך נישט; און קאפיטליזירט אויף אל עלס פראבלעם מיט חנופה צו חרדים עד קאמפיין; אונטערן לאזונג תורה בישראעיר היא. [176]
- באבוב 48: חסיד פון ר' מרדכי דוד אונגער ארויסגעטראגן פון ר' בן ציון האלבערשטאםס טיש מיט שלעק. [177]
- פרעזידענט בוש געבט מעדאל פון עהרע צו 3 אידן אין ווייסן הויס צערעמאניע; נתן שאראנסקי וואס איז געווען א פרייהייט קעמפער פאר אידן און געשמאכט יארן אין רוסישע תפיסה; וויליאם סעפייער דער געוועזענער קאנסערוועטיווער שריפטשטעלער פאר פרעזידענט ריטשערד ניקסאן און דעם ניו יארק טיימס; און זשאשוע לעדערבערג, א הויפט סייענטיסט פאר אסאך פרעזידענטן. [178]
- היימישע קרעטשמע וועבזייטל ערקלערט: אז מעמבערס ערוויילן הויפט סייט אדמיניסטראטור, צוויי וועטעראן שרייבער קעגנער מיט די ניקס "יגר סהדותא" און "גרויזאמער" זענען געלאפן פארן אמט, און "גרויזאמער" האט דאס געוואונען מיטע א מערהייט. [179]
- חנוכה טראגעדיע אין חב"ד: דריי אינגע בחורים אומגעקומען אין שווערן עקסידענט, נאך 4 פארוואונדעט, ווען זייער ווען וואס האט געהאט מנורה אויפן דאל לפירסומי ניסי, אויף דעם וועג צו א מחנה צבאי צו משמח זיין סאלדאטען לכבוד חנוכה פארלירט קאנטראל און דרייט זיך איבער 3 מאל. - בילדער און אנאליזען. [180]
- פרעזידענט בוש טרעפט זיך מיט אידן אין חינוך לכבוד חנוכה ארויסצוברענגן אז אונזער מלחמה אין איראק, ווי נס חנוכה, איז צו לערנען מאראלען מיט אינגע מענטשען. [181]
- וואטערבוירי ישיבה קויפט אפ ריזן געביידע פאר דארמיטארי קווארטיר פאר די בחורים. [182]
- קאנטינענטל ערילייןס ערקלערט: ארץ ישראל איז אונזער מערסטע פראפיט רוט. [183]
- געזונט: נייע שטודיע צייגט אז פיווער איז גוט פאר אייך: עס העלפט ארויס די אימיון סיסטעם צו אנווייזן פאר די ווייסע צעלן צו אידעטיציפירן דעם אנטצינדונג און ניוטראליזירן דעם אינפעקציע. [184]
- הגאון ר' מענדל שאפראן, פון די גרעסטע חושן משפט דיינים אין ארץ ישראל שרייבט בריוו פאר זיין קליענט קלעצקין אז ער איז יא גרייט זיך צוציהערן צו בית דין, אנטקעגן די פסק פון עדה החרדית בית דין אז ער הערט זיך נישט צו צו זיי. [185]
- ביד"ץ עדה החרדית שטעלט זיך צו צי זאלי סאטמאר בית דין פון ברוקלין און שאקעלן זיך אפ פון די נטורי קרתא וויזיט אין איראן האלאוקויסט קאנפארענץ. [186]
- איראניש: עקסטרעמע רעכטע ציוניסטישע צייטונג דשואיש פרעסס, אפלאדירט סאטמאר פארן פארדאמען נטורי קרתא. [187]
- אין דער עולם התורה: מירער ראש ישיבה, ר' שמואל בירנבוים אריינגעפירט אין שפיטאל אינמיטן שיקאגא וויזיט. ר' משה שטערנבוך ראב"ד העדה החרדית דאווענט ביים כותל המערבי. [188]
- אידן ווערן נישט פריי צוגעלאזט צו זייער מאמע: 3 אידישע פרויען אונטער ארעסט נאך שטורמישע פראטעסטן ארום קבר רחל צו דערלזן פרייע צוטריט. [189]
- ארטאדאקסישער פרוי פון נו יארק, גיבט אריין א 2.5 מיליאן דאלאר דיסקרימינאציע פראצעס קלאגע אין מאנהעטן סופרים קאורט קעגן איר געוועזענער ארבייטס געבער, א פרייער איד, אייגענטומער פון צירונג געשעפט אויף פיפטע עוועניו אין מענהעטן, פארן דיסקרימינרן און טשעפן אירע רעליגיעזע פראקטיסן, און ספעציפיש איבערן אהיים גיין פרי פרייטאג, און דערנאך איר אויפגעזאגט פון איר אמט אן קיין שום ערקלערונג. [190]
- אגודיסטישער חרדישער ענגליש שפראכיגער טאג-צייטונג, המודיע לאזט נישט נאך איבער די נטורי קרתא וויזיט צום איראן האלאוקאויסט קאנפארעץ, זיי שרייבן שארפן עדיטאריעל און דרוקן בריוו פון מאנטשעסטער שטאטס רב, הרב מנחם מענדל שנעבאלג שליט"א קעגן ר' אהרן כהן שליט"א, משגיח דישיבת תורת חסד. [191]
- שטאטישע חברה קדישא נעמט אוועק ר' אהרן כהןס קבר מען זאל אים נישט באגראבן נאכן טויט צווישן אידן. [192]
- הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב פון לאנדאן פון די גרעסטע נטורי קרתא קנאים וואס האט געטשעפעט יעדן רב פון פריערדיגן דור וואס איז לויט אים געווען נישט גענוג קנאי פון עדה החרדית ביז גור און די ליטווישע גדולים. קומט ארויס מיט א שארפן בריוו קעגן די נטורי קרתא וואס האבן זיך באטייליגט אין איראן האלאקאסט-קאנפארענץ כאטש וואס צום סוף, לדעתו, איז ארויס פון דעם א גוטע אויפטו, און שרייבט אז היינט צוטאגס, וויבאלד מיר האבן שוין נישט קיין ערליכע רבנים קען מען שוין נישט איינהאלטן די שיטה פון ר' יואל טייטלבוים ווען און וויאזוי צו לאזן וויסן די וועלט אז אידן זענען נישט קיין ציונים און אדרבה אז מען גייט צופיל דאס מגלה זיין פאר די גוים פארלירט מען די אידישע הייליגקייט, און מען ווערט צו נאנט צום גוי. [193]
- וויליאמסבורג: שטאט ראט געבט זיך אונטער צו דרוק פון די לאקאלע ארטיסטן, ספעציעלע פארקינג ספאט וועט געבויט ווערן פאר זייערע ביציקלן. [194]
- וויען: רעכטער אנטיסעמיטישער ריכטער לאזט פריי האלאוקאוסט לייקענער, דעיוויד איירווינג פון טורמע. [195]
- קרוין הייטס בילדער און ווידעא פון עס יו ווי ראולאווער ביי דריי. [196]
- רעפובליקאנער אידישער ווייסער הויז ספויקסמאן, ארי פליישער וועט מעגליך לויפן פאר קאנגרעס פון קרית יואל דיסטריקט. [197]
- מאריוואנא דראגס איז אמעריקעס מערסטע ווערדפולע תבואה, א אינדאסטריע פון 35 מיליאן דאלער א יאר, מער ווערד פאר פארמער צו לאזן וואקסן ווי ווייץ און קארן צוזאמן. [198]
- אויפדעקונג: דר. קליין אין א שמועס מיטן "צייטשריפט" דערקלערט אז די ציונים האבען נישט געראטעוועט סאטמאר רב, נאר פונקט פארקערט, סאטמאר האט גאר געראטעוועט די ציונים! (היידפארק)
- ווען אין ניו יארק איז די געבורט ראטע פון קינדער געפאלן, איז דאס איינציגסטע שפיטאל דאס יאר מיט איבער 6,000 (6,709) געבוירענע קינדער מיימאנידיס, צוליב די אידישע מאמעס. (ניו יארק סאן).
- אידישע פארפאלק אין בארא פארק ווערט באשולדיגט פון ברוקלין די.עי. אין פעלשן אונטערשריפט און פאפיר ארויסצוגנבענען הויז פון אלטע פרוי. ניו יארק פאסט
- נייע שטודיעס וויזן אז אידן אין אמעריקע האבן זיך שוין איבערגעוואקסן די נומער 6 מיליאן אין צאל. פארווארד
- צען יאר דערנאך וואס די אידישע מיידל מאניקע לעווינסקי האט אויפגעשאקעלט די גאנצער פרייע וועלט ווען איר געשלעכט אפיר מיטן געוועזענעם פרעזידענט ביל קלינטאן האט אים אימפיטשט, טוט זי גראדואירן פון קאלעזש מיט א דיפלאם. [199]
- איראן: נאכן שלום מאכן מיט די אידן (נטורי קרתא), ליידט אכאמדיניזשאד מעכטיגן פאליטישער דורכפאל ווען פאלק וואוט ארויס זיינע לויאלע קאנדידאטן אין די לאקאלע מוניציפאליטעט וואלן. וויינעט
- בן גוריון ערפארט אין לוד שטעלט אויף מאסק פאר מוסולמענער צו דאווענען. מעריב
- חרדישער אפגעפארענער תלמיד פון פאנאוועזש ערקלערט: אויב איז נישטא קיין באשעפער איז נישטא קיין פשט אין לעבן. הארץ
- מאמע פארגעסט אז בעביס דארפן נאך נישט דורגעפירט ווערן דורך עקסרעי מאשינען אין ערפארטן. (וואלה) (אין ענגליש)
- אינטערנעט ביזנעס פארשווערט דאס לעבן פאר אידן אין דיאמאנט דיסטריקט וואס מאכן ביזנעס די אלט מאדישער וועג פון א האנט אויסשטרעק פנים על פנים. רויטערס
- וויקיפעדיע איז דער 6טער מערסטער וואקסענדער זוך פארלאנג אויף גוגל זוך ענזשין. די מארקער
- ר' משה דוד נידערמאן בארואיגט געגענט פון קווינס ישיבה אז די געטומל פון חנוכת הבית וועט זיך נישט איבערחזרען און נישט צו שטערן די ביז אהערדיגע שטילקייט פון געגענט. ברוקלין סטאר
- בארא פארק: ראט אדער מייז בייסט קינד אינמיטן שולע. ניו יארק פאוסט
- פאקס ניוז הענעטי און קאולמס שוי, האלט אפ לייוו אינטערוויאו מיט ר' ישראל דוד ווייס ספויקסמאן פון נטורי קרתא מאנסי גרופע וואס האט זיך באטייליגט אין איראן האלאוקאוסט קאנפארענץ. ישיבה וועלט
- איינציגסטער אידישער טעלעוויזיע סטאנציע אין גאנץ אייראפע הויפט קווארטירט פון פראנקרייך שפארט זיך אפ פון פינאנציעלער קריזיס. (NRG)
- ניו יארק פאוסט מיטל מזרח זשורנאליסט און ארץ ישראל שריפטשטעלער און ביאגראפיסט פון אריאל שרון, אורי דן, געשטארבן פון קענסער. (וויינעט)
- היסטאריע: ווען דער חב"ד שליח איז א געווארן א קנאי און ארויסגעווארפן א אידן פון זיין היים... (בחדרי חרדים)
- דזשימי וועילס גרינדער פון וויקיפעדיע ערקלערט נייער מענטשען גפירטער סוירטש ענזשין צו קאנקערירען מיט ראבאטישע זיך משינען ווי גוגל און יאהו. (טיימס אונליין)
- אידישער מערדער וואס האט געהארגעט פיר אראבער הענגט זיך אין טורמע צעל, אויף תפילין רצועות אויפגעמישט דעם סידור ביי קדיש. (וויינעט)
- גלח איז מנדב זיין ניר פאר ראביי צו ראטעווען א אידס לעבן. (עי.פי.)
- קרייצמעך: היינט איז דער געבורטס טאג פון יאשקע וואס די גוים קריסטן זאגן אז ער איז א משיח און א קינד פון גאט. (nrg)
- וועטעראן מחנך באשרייבט זיינע חרטה געפילן דעם פארגאנגענעם יום כיפור אין שול אז ער שטיל געווען ביז איצט, איבער דעם סעקסואל באלעסטיגונג פראבלעם, און הייבט אן שרייבן בוך איבער דעם וואס לויט אים דארף זיך די חרדישע וועלט אויפוועקן פון טיפן שלאף און איינזעהן אז שלעכטע חברים, טעלעוויזיע, אינטערנעט איז בלויז פייער קרעקערס די באמבע וואס מאכט אפפארען די היינטיגע איגענט פון אידישקייט איז סעקסואל אביוז, וואס זיי פאלירן די טראסט צו עלטערע לייט. (ר' יעקב הורוויץ)
- מערסטענס געזוכטער פארברעכער, איזראעלי עקסטאזי דראג שמוגלער, ארעסטירט אין ריאו דע זשענעיראו בראזיל, שפאצירענדיג ביים ביטש. (זשערוסאלעם פאוסט)
- בני ברק: טיקערינס פון דער שטאטישער מקוה זענען מוחה ביים שטאטס רב, הרב לאנדא אין שטוב פארן נישט צאלן געהעריג. (בחדרי חרדים)
- תולדות אברהם יצחק מיט צוויי נייע תקנות 1.נישט עסן סאלאט אום שבת, 2. אויפהערן רייכערן איין טאג אינמיטן דער וואך אחוץ שבת. (בחדרי חרדים)
- אוי. יו. לאדענט איין דעם רעכטען קאנסערוועטיווער אידישער נאציאנאלער ראדיאו טאלק שוי האוסט, דעניס פרעגער, וואס איז אויפגעצויגען געווארן אלס אראטאדאקסשער פרומער איד און שפעטער אפגעפארן, אלס גאסט צו זייער קאנווענשאן צו קריטיקירן ארטאדאקסיע, ער רימט אויס חב"ד קירוב. (הרב יצחק אלדערשטיין)
- ס'איז נאך דא האפענונג: סאודי אראבער בירגער האבען ליב ירושלים - 3טע מערסטע באזיכער נאך אמעריקא, אין ישראל, צו באזיכען די טוריסטען וועבסייט (מחלקה ראשונה)
- אידישער רוסישער ביליאנער, ארקאידי גאידמאק וויל לויפן פאר ירושלים מעיאר. (זשעי פאוסט)
- מזל טוב: חיים ראבינאוויטש, דער דרייווער פונעם אידישען בדחן און זינגער, ר' ליפא שמעלצער געווארן א חתן! (בחדרי חרדים)
- פאלטישער קאלומניסט פארן ארונישע אידיש צייטונג דער בלאט ר' יוסף געשטעטנער שרייבט העסליכען בריוו קעגן נטורי קרתא פארן מאנסי לאקאלען גוישען צייטונג די זשורנאל ניוז. (די זשורנאל)
- סעודת הודאה פון איד וואס האט זיך ערהוילט פון אי.קאליי דעזיס. (קרוין הייטס אינפא)
- ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז נפטר געווארן ר' יואל קרויס, דער ברודער פון ר' שמואל בנימן קרויס פון לונדאן, און פעטער פון דעם עסקן ר' יוליש קרויס. (בחדרי חרדים)
- שבת: געשלעג אין סאטמאר מאנטריאל צווישן ארונים מיט זאליס. (כל העולם כולו)
- שבת: געשלעג אין בת ים באבוב צווישן ר' בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאםס בחורים און אינגערמאן פון ר' מרדכי דוד אונגער. (בחדרי חרדים)
- חנוכה: געשלעג אין וויזניץ בני ברק צווישן בחורים פון רבי מענדיל האגער מיט אינגעלייט פון רבי ישראל האגער. (בחדרי חרדים)
- וויליאמסבורג: די ברוקלין נעיווי יארד פארברייטערט זיך מיט פרישן געביידע אריינצונעמען אין זיך די נייע ארטיסטען ביזנעסער פון געגענט, ווי מוזיק און האלץ האקער. (דעילי ניוז)
- ארונים עפענען נייע מילך אונטער דעם הכשר פון ביד"ץ קרית יואל, וועט קאנקורירן מיטן ביז איצטיגען מאנאפאל און איינציגסטער אנערקענטער מילך פאר סאטמארער קרייזן: גאלדן פלא. (כל העולם כולו)
- וואונדערליכע קונסט פון ירושלים טאנצער. - ווידעא. (שמואל לעיבל)
- חנוכה קאנצערט פון אברהם פריד. ווידעא. (יו טוב)
- ידיעות אחרונות: אל על האט נישט געליטן קיין געלט שאדן פון די סטראשונגען פון חרדים ווייל די פרייע האבן מער געפארן מיט זיי לכבוד די רעש פון די פרומע. (בחדרי חרדים)
- ניו יארק סיטי: ערשטער חסידישער קאפ לאזט זיך ארויס היטן די גאסן. (ניו יארק פאסט)
- ווידעא: מטורף'דיגע און שאקירענדע סצענע פון וואס די נאציס האבן נאך זיך איבערגעלאזט און די קאנצעטראציע לאגערן, סקעלעטן אויף דער גאסן, די אומבאשרייבליכע שוידערליכע און גרויזאמע ברוטאליטעהט, {צופר} - ראטירט
- פון מענער שול צום עזרת נשים: פרומער איד פון טאראנטא קהילה, אינגערמאן באקאנט מיטן נאמען ר' מרדכי, מאכט א מין אפעראציע און ווערט א פרוי ויקרא שמה בישראל: נשמה. (זשעי.טי.עי.)
- ר' ישראל דוד ווייס פון נטורי קרתא טענהט זיך ארום אויף ראידאו מיט קאלערס איבער דער שעדליכקייט פון די ציונים זענען די רוצחים פון אידן, און נישט אכמאדינזשאד. (אודיאו אדאנק ישיבה וועלט)
- אידישער ראדיאו טאלק שוי, דעניס פרעגער ענטפערט פאר פאקס ניוז פארוואס אידן קענען גיין זיך האלזען מיט מערדער: די צרות פון גלות מאכט זיך זעלבסט האסן און טראכטן אז די רודפים וועלן נישט טשעפענען די וואס באפריינדען זיי. (פאקס ווידעא קליפ)
- פראטעסט אנטקעגן נטורי קרתא אין מאנסי געפלאנט. (כל העולם כולו)
- קאנאדע אידן הייבן אן ריזן פראיעקט פון איבער א ביליאן דאלער איבערצובויען דעם אידישען קווארטאל אין שאנכיי איר צוריק באזעצן מיט אידן. (גלאוב ענד מעיל)
- פייוו טאונס: סופערמארקעט וואס האט זיך געשלאגן מיט רבנים פאראיין פון געגענט, און זיי האבן קאנסעקווענסועל אראפגענומען די הכשר ווערט פארקויפט פאר נייע אינוועסטירער, און באקומט צוריק די השגחה. (ארטא-מאמע)
- אל על ברעכט זיך צו די חרדים, וועלן נאר מחלל שבת זיין אויפן היתר פון חרדישע רב. (בחדרי חרדים)
- פרישער סקאנדאל: איצט איז די רייע אויף די באן סיסטעם אין ארץ ישראל, זיי ווערן באשולדיגט אין חילול שבת, זיי ענטפערן: בלויז דורך גוים. (ערוץ7)
- גארדיען צייטונג פירט דורך אנקעטע אין ענגלאנד איבער רעליגיע: איבער 80 פראצענט האלטן אז רעליגיע מאכט מער שאדן פאר די מענטשהייט ווי תועלת. (וויינעט)
- 60 פראצענט פון זעלבסט מארד באמבעדירער ווערן אפגעהאלטן און אומשעדליך געמאכט ביי טשעק פוינטס. (ערוץ 7)
- רב באוויינט אידישער באניץ פון גרעגאריאנישן קאלענדאר. (ערוץ 7)
- שניי באדעקט ארץ ישראל. (זשעי. פאסט)
- חרדישער בחור וואס איז געווארן אפגעפארן פון אידישן וועג, צוליב סעקסואל באלעסטיגונג, גארטלט זיך אן מיט שטארקייט, און פארשטעלט זיך צוריק ווי חרדי אבער דאסמאל מיט ווידעא קאמערעס, און באקומט ארויס הודאות פון אינגעלייט אז זיי האבן אים באלעסטיקט. (NRG)
- ענגילטיג: אוראלטע לעגענדע אז כלים פון בית המקדש ליגן אין קעלער פון וואטיקאן איז פאלטש. (NRG)
- הרב יצחק שיינער, ראש ישיבה קאמעניץ באזוכט ביי סאטמאר רבי, מהר"א ט"ב. געוויסע קריטיקרן אז דער ר"י איז א מיטגליד אינעם מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, וואס איז קעגן די סאטמאער אנטי ציוניזם פרינציפן. אבער אנדערע שלאגן עס אפ, אז אפי' ר' יואל טייטלבוים פלעגט זיך רעגלמעסיג טרעפן מיט מיטגלידער פון אגודה/דגל גדולים און רבנים. (כל העולם כולו, בחדרי חרדים)
- ברוקלין: חרדישע אידן ארעסטירט פארן ארויספאפען הויז פון קראנקע פרוי. (ניו יארק פאוסט)
- צוויי פאליסטינער אנטלויפן פון טורמע, געכאפט. (וויינעט)
- ר' מאיר שילער פארדאמט די נטורי קרתא וויזיט קיין איראן אבער לויבט אויס און פארענטפערט די גוטע כוונות פון די נטורי קרתא, אבער קענסעלט זיין געפלאנטער דעבאטע אין וועסט סייד מיט רעכטען ציוניסטישער ריכטער תלמיד פון ר' מאיר כהנא, מיטן אנגעבליכן תירוץ אז ער איז געווארן הייזעריק. (פארווארד)
- ישראעיר קאפיטיליזירט אויף אל על חילול שבת, טראץ וואס זיי זענען מער מחלל שבת, זיין פייערן הכנסת ספר תורה צו תורה וואס וועט פליען מיט אן עראפלאן אינסטאלירט מיט ארון קודש, ארויסציווייזן זייער עדווערטייזינג מעסעדזש; תורה בשמים. (ישראעיר פרעס רעליס) - (NRG)
- מדינה על פי הלכה: הייוועי קאנסטרוקציע פראבלעם פון חטטי שכבי מאכט שאדן פאר ארץ ישראל קאסע איבער 2 מיליאן שקל א וואך. (הארץ)
- מאנהעטן: ישראלי קלאגט אן פאליציי פארן זיך באנומען ווילד מיט אים. (דעילי ניוז)
- פרעזידענט דשעראלד פארד טויט. - בילדער פון א חב"ד אויפטריט. (חבד אנוליין)
- געריכט אין באר שבע ציעט צוריק פסק קעגן שטאטס רב וואס האט ארויסגעגעבן איסור צו קויפן תפילין און מזוזות פון סופר וואס דאווענט 3 מאל א טאג מיט מנין אבער גלויבט אויך אין יאשקע. (ישע ניוז)
- רומערס: ארקאידי גאידמאק אין טאלקס אפצוקויפן מעריב. (זשעי פאסט)
- בארא פארק: סטעיט סענאטור, קארל ענדרוס, פאליטישער חבר פון בנימין בארבער באבוב אויסערן מיניסטער ווערט ליעזאן פון ניי ניו יארק גאווערנער עליאט שפיצער. (ניו יארק פאוסט)
- מתן בסתר יכפה אף: אנינאנימער נדבן געבט 200,000 דאלארן פאר וויקיפעדיע. (וויקימעדיע פאנדרעיזינג בלאט)
- מידיע צירקוס אין בארא פארק: חרדישער מיליאנער בויט וואנט אינמיטן הויז כדי נישט צו געבן די דירה פאר זיין געגט ווייב. (דעילי ניוז)
- ישראלישער פראפעסער אין פענסעלוועניע ווערט געפארשט פון פאליציי פארן ברוטאלן מארד פון זיין ווייב. (וויינעט)
- ישראלישער דאקטער און הייטעק אינזשעניר טרעפט אויס אלטערנעטיוו פאר רענטגען פאר די לונגען. (הארץ)
- דריי גרעסטע חלה און ברויט פאבריקען פון ירושלים ווערן אנגעקלאגט אין געריכט פארן אויספאפאן קאסטומער אין צאל פון קאלעריעס. (די מארקער)
- נייער אידישער ליעזאן פאר כלל ישראל פון ווייסן הויז, ר' ירמיה כ"ץ. (פארווארד)
- ניו זשערסי: מאנישעוויץ פארשפארט אור אלטע געביידע אין זשערסי סיטי, ציעט זיך אריין אין רוקח געביידע אין נוארק. (ען.זעי. זשואיש ניוז)
- אנטווערפן בית דין קומט ארויס מיט פסק פאר אלע שולן אין שטאט נישט אריינלאזן דאווענען די נטורי קרתא עסקנים וואס זענען געווען אין איראן אויסשרייען זייער פראטעסט קעגן די ציונים. (זשעי.טי.עי.)
- נס אין צפת, בילדער פון קאר קוילערט זיך אראפ ריזן בארג, קיינער געשעדיגט. (ראטער)
- אראומא קאפי הייזער אין ירושלים ווערן כשר. (זשעי פאוסט)
- היסטאריש: די וועלט אטעמט אפ ווען סאדאם כוסעין איז א פארגאנגענהייט - געהאנגען געווארן 5:05 צופרי {אן ווייזן מינדעסטע געפֿילן}. (ניו יארק טיימס-ענגליש) (ynet-עברית)
- פארפיינטעט ביי אמעריקא, פארליבט און אמעריקאנער עסן, - לעצטע עסן פון סאדאם כוסעין האמבורגער, פרידאם (פרענטש) פרייס. (ynet)
- אידן מיט אשכנזי'שן אפשטאם זענען 2 מאהל מער אויסגעשטעלט צוליידען אויף פארקינסאן'ס. (מעדיקעל ניוז טודעי-ענגליש) (הארץ-עברית)
- פרומע אידן איבער דער גארער וועלט צייכענען היינטיגן דאטום, עשרה בטבת אלס טרויער טאג מיט פאסטן, צוליב די איינפאל פון די חומת ירושלים צום פיינט, וואס האט עוועטואל געפירט צום חורבן בית המקדש. (ערוץ 7)
- גרויזאמער ווידעא געכאפט דורך סעלפאון פון די ענדע פון סאדאם כוסעין. (גוגל ווידעא)
- א פונקטליכע דעטאלע שילדערונג פון די דעם גרויזאמער דיקטאטאר, סאדאם כוסעין הענגונג. (ניו יארק טיימס)
- קינד פאלט אריין אין קעלער שפאצירנדיג אין קרוין הייטס גאס. - בילדער. (קרוין הייטס אינפא)
- ר' יונתן ראזענבלום: איבער 800 אידענעס אין ארץ ישראל ווארטן אויף א חברותא צו לערנען תורה מיט זיי אויפן טעלעפאן און האבן דערפאר נישט קיין אנונג איבער אידישקייט. (קראס קארענטס)
- רבנים אין ארץ ישראל ברעכן זיך ענדליך, און די פוסטריט פון אמעריקע איינזעהנדיג אז מ'קען נישט אסרן גענצליך אינטערנעט: בזק גרינדעט כשר אינטערנעט פאר חרדים אויפן מאדעל ווי זשעי נעט וואס בלויז צניעות'דיגע וועב סייטס וועלן דורכלאזן צוטריט. (וויינעט)
- עמאציענאלער טעלעוויזיע פראגראם וויאזוי חסידישער בחור וואס איז געווארן אפגעפארן פארט צוריק קיין בני ברק צו טרעפן זיינע רוצחים וואס האבן אים סעקסאל באלעסטיקט אלס קינד באקומט סטראשעאונג טעלעפאן קאלס פון משמרת הצניעות אינמיטן וועג. און געבט ענדליך אויף אין שיכון סאטמאר אין בני ברק. - ווידעא. (ערוץ 10)
- עקענאמישער אפהאנדעלונג: די שנאר אינדאסטריע פון ארץ ישראל ווערט געשאצט אין די הונדערטער מיליאנען וואס שנארער פארן ארום די גרויסע אידישע וועלט צו זאמלען געלט פאר ארץ ישראל מוסדות און 90% בלייבט ביי זיי פריוואט אין טאש און זענען בפרייט פון שטייער. (ען.עף.סי.)
- וועב 2.0 וואקסט; דיג וועב סייט טרייבט ארויף נייע פאנד פון 8 מיליאן דאלער צו פארעסערן די סייט. (די מארקער)
- לינקע ליבעראלן זענען מוחה קעגן וויסנשאפטלער וואס עקספערימענטירן מיט שאף זיי צו צווינגען צו ווערן אויס האמאסעקסועל און בלויז האבן געשלעכט מיט נקבות. (טיימס אנליין)
- קרית יואל: די רעקארד פארשט ליגענטס אויף די פארלאנגען פון שטאטישע פראגראמען, און טרעפט אז רוב ארבייטארער פון בית השחיטה זענען נישט קיין אידן וואס וואוינען אין וויליזש ווי געשריבן אויף די פאפירן פארן גרענט. (די רעקארד)
- נייער פילם ארויסגעקומען וועגן די טויזנטער היפיס וואס באלאגערן אומאן אין ראש השנה. (ניו יארק טיימס)
- זשערוסאלעם פאסט רעוויאוד נייע בוך פון פראפעסער ר' יעקב ראבקין וואס דאקומענטירט די אפאזיציע פון חרדישע אידן קעגן ציונים און די אקטיווע ראלע פון די נטורי קרתא דאס קלאר שטעלן פאר די וועלט. (זשעי פאוסט)
- מוזיק ווידעא פונעם אינגן אידישען ספרדישען זינגער, גד אלבז, על נהרות בבל (חיים רובין)