תלמיד
תלמיד איז די לשון קודש ווארט אויף סטודענט.
דאס ווארט "תלמיד" ווערט אין אלגעמיין געניצט אויף איינער וואס לערנט תורה ביי א רבי.
א "תלמיד" איז א שטערקערע נאענטשאפט צו א רבי ווי א חסיד. א חסיד איז בלויז ווען איינער האט א שעצונג צו א רבי אין פרובירט זיך צו פירן לויט דעם רבי'נס הנהגה. ווידער א "תלמיד" איז איינער וואס לערנט פערזענליך תורה ביי א רבי און מ'האלט זיך כמעט ווי א קינד.
חז"ל זאגן תלמידו כבנו אז א תלמיד ווערט פארעכנט ווי א זון.