ישיבה
א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. א ישיבה פאר יונגעלייט נאך די חתונה רופט מען "כולל".
ישיבה בחוררעדאַקטירן
א ישיבה-בחור איז א יידישער יוגענטליכער עלטער פון 13 יאר וועלכער לערנט אין א ישיבה.
סארטן ישיבותרעדאַקטירן
ישיבה גדולהרעדאַקטירן
א ישיבה גדולה איז א ספעצילע שולע פאר פאַר ערוואַקסענע בחורים אין עלטער פון 17 יאר און העכער ביז די חתונה (בערך 20) צו לערנען יידישע שריפטען ווי די תורה, גמרא און מפרשים.
ישיבה קטנהרעדאַקטירן
ישיבה קטנה - פאַר ערוואַקסענע אין עלטער פון 14 ביז 17.
אנטוויקלונג פון ישיבות אין דער היינטיגער עפאכערעדאַקטירן
די סארט ישיבה וואס מען זעט היינט שטאמט פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואס רבי חיים וואלאזשינער, א תלמיד פונעם ווילנער גאון, האט געגרינדעט אין תקס"ב. ביז דעמאלסט האבן בחורים געלערנט אין א ישיבה אין דער שטאט וואו זיי האבן געוואוינט. אין דער וואלאזשינער ישיבה האבן געלערנט בחורים וואס זענען געקומען קיין וואלאזשין פון דערווייטענס צו לערנען אין דער ישיבה.