בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם

אכטונג: יעדער ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל.
נישט מישן קיין פערזענליכע מיינונגען! אויב באמערקט איר נישט ריכטיגע שפראך אדער פאקטן, פילט אחריות דאס צו ענדערן.


רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם איז דער היינטיקער באבאווער רבי. ער איז א זון פון דעם דריטן באבאווער רבי'ן רבי שלמה האלבערשטאם, און א ברודער פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם וואס איז געווען דער פערטער רבי נאך זיין טאטן.

בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם
געבורט 1955 (אלט 69 בערך)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם
באבאווער רבי
דער באבאווער רבי, רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם
דער באבאווער רבי, רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם
געבורט ה'תשט"ו
ניו יארק
חסידות באבאוו
פירערשאפט פון ה'תשס"ה
הויף ארט בארא פארק
נומער אין דינאסטיע 5
פאריגער רבי נפתלי צבי האלבערשטאם
פאטער רבי שלמה האלבערשטאם
מוטער פריידא רובין
ווייב1 העסא רובין
ווייב 2 רויזא וואקסמאן
קינדער 2 חיים שלום האלבערשטאם
חיה פראדל האלבערשטאם
דוד האלבערשטאם
חנה רחל וואקסמאן
רבקה שיינדל ליפשיץ
מרדכי דוב האלבערשטאם
יחזקאל שרגא האלבערשטאם
אברהם יהושע העשיל האלבערשטאם
מרים ביילא בלום
נחמה אסתר הורוויץ
ישראל אלימלך האלבערשטאם
שלמה האלבערשטאם

ער איז נתמנה געווארן גלייך נאך דער פטירה פון דעם באבוב'ער רבי'ן רבי נפתלי צבי האלבערשטאם, וואס האט קיין זון נישט איבערגעלאזט נאר צוויי איידעמעס: דער עלטערער איידעם רבי יהושע רובין און דער צווייטער רבי מרדכי דוד אונגער, היינט רבי פון באבאוו־45.

נאך דער פטירה פון רבי שלמה'לע האט מען געקרוינט זיין עלצטן זון רבי נפתלי צבי אלס נאכפאלגער, ממלא מקום, און זיין זון רבי בן ציון האט מען געקרוינט אלס רב הצעיר (יונגער רב).

נאך דער פטירה פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם, האט דאס חסידות צעשפאלטן. זיין שוואגער רבי חיים יענקל טויבער, דיין פון דער קהילה, האט געקרוינט רבי נפתלי'ס ברודער און רב הצעיר רבי בן ציון אריה לייבוש פאר מנהיג הקהילה. א גרויסע חלק פונעם חסידות האט אבער אויפגענומען רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי און זיין שוואגער רבי יהושע רובין אלס רב.

נאך א לענגערן און קאנטראווערסיאלן געפעך פון נאנט צו צען יאר אין בית דין, האט רבי בן ציון זוכה געווען אין די אויסשליסליכע רעכט זיך צו קענען רופן "באבאווער רב" אדער "האדמו"ר מבאבוב", און זיינע פלומעניקעס זענען לויטן פסק געהייסן געווארן צוצולייגן א שטאטס-נאמען אדער א גאס-נאמען צו דעם נאמען באבוב [פֿעלט אַ מקור]. אויפן פסק דין פעלט דער אונטערשריפט פון איינעם פון די דיינים, וועלכער האט נישט געוואלט באשטעטיגן דאס שטאנדהאפטיגקייט און אומאפהענגיגקייט פונעם פסק. פונדעסטוועגן אבער, איז דער פסק דין פולקאם אנגענומען געווארן דורך ביידע זייטן, ווען די אנדערע זייט האט אפיציעל אדאפטירט דעם נאמען "באבוב-45" און רבי בן ציון איז געבליבן מיטן נאמען באבוב.

  • הרב חיים שלום, האט געהייראט מרת רויזא בלומא, טאכטער פון רבי בעריש מייזליש פון סאטמאר בארא פארק
  • מרת חי' פראדל, ווייב פון הרב חיים שלמה האלבערשטאם, סגן דומ"ץ באבוב.
  • הרב דוד, איידעם פון הרב לייבוש הורוויץ בן הרב צבי הירש פון סטריזשעוו
  • מרת חנה רחל, ווייב פון הרב חיים דוד וואקסמאן
  • מרת רבקה שיינדל, ווייב פון הרב יחזקאל ליפשיץ
  • הרב מרדכי דוב, איידעם פון זיין פעטער הרב ברוך אברהם הורוויץ ראש ישיבת באבוב
  • הרב יחזקאל שרגא, האט געהייראט מרת יוכבד רבקה, טאכטער פון הרב אברהם ברוך הורוויץ
  • הרב אברהם יהושע העשיל, האט געהייראט מרת חנה שרה ביילא, טאכטער פון הרב ישכר בעריש פרידמאן אב"ד קהל בית ישראל סידערהורסט
  • מרת מרים ביילא, ווייב פון הרב ישראל בלום זון פון הרב בן ציון דומ"ץ באבוב לאנדאן‏[1]
  • מרת נחמה אסתר , ווייב פון הרב בן ציון משה הלוי הורוויץ זון פון רבי אברהם אבא, דער באבאווער ראש ישיבה אין לאנדאן , ענגלאנד.
  • הרב ישראל אלימלך, האט געהייראט מרת יוכבד, טאכטער פון רבי יצחק יוסף לעזער, איידעם פון רבי נחום הורוויץ רב ד'קהל שארית ישראל.
  • הרב שלמה, האט געהייראט מרת מרגלית, טאכטער פון הרב בעריש ערנסטער זון פון רבי ישראל ערנסטער און אייניקל פון רבי משה ערנסטער אב"ד מאור חיים ירושלים.


וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
פֿריערדיגער:
רבי נפתלי צבי האלבערשטאם
אדמור"י באבאוו
תשס"ה -
נאָכפֿאלגער:
היינטיגער