פעטער
קורבה׳שאפט פון א ברודער אדער שוואגער פון טאטע־מאמע
א פֿעטער (בּאַטשי אויף אונגאריש) איז א פאמיליע נאענטשאפט, וואס אזוי רופט מען איינע פון די עלטערן'ס ברודער אדער שוואגער. א שוועסטער אדער א שוועגערין פון אן עלטער רופט מען א מומע.
דעם זיידנ'ס ברודער, איז אן עלטער־פעטער.
דער באטרעפנדער איז א פלימעניק אדער א נעפֿע, און ביי א נקיבה א פלימעניצע אדער ניכטע.
יודישקייט
רעדאַקטירןמען זיצט נישט שבעה אויף א פעטער אבער ער איז פסול לעדות.
אנדערע באנוצן
רעדאַקטירןא רייכער מענטש קען מען אויך אנרופן מיטן נאמען פעטער, ווי עס גייט די סלענג ווארט אָנקל סעם אויף די אמעריקאנער רעגירונג.
פעטער קען אויך מיינען א דיקער, אדער פעשער מענטש, וואס דאן אויב מען זאגט עס קען עס זיין א באליידיגונג.