פארמער
א פארמער ווערט אנגערופן א מענטש וואס פארדינט זיין פרנסה פון לאנדווירטשאפט.
געווענליך וועט א פארמער אנפלאנצן תבואה, ירקות, אדער פירות, און דאס פארקויפן פאר געלט און דורכדעם ארויסנעמען זיין פרנסה. אפטמאל איז דער פארמער דער אייגנטומער פון זיינע פעלדער.
אויך איינער וואס האדעוועט בהמות אין א שטאַל, וואס ווערן גענוצט צום עסן ווערט אנגערופן א פארמער.
אמאליגע צייטן זענען געווען טויזנטער פארמערס וועלכע האבן זיך געשפייזט פון פעלד ארבעט פון די פארדינסטן וואס דאס האט געברענגט. אין די היינטיגע צייטן זענען בעיקר דא ריזיגע קאמפאניס וועלכע פארמאגן ריזיגע שטחים פון אקערלאנד, וואס דארט פלאנצן זיי אן אויף א ריזיגן פארנעם.
זעט אויך
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
פארמערס