א טעלעפאן (גריכיש: τῆλε טעלע = ווײַט + φονή פאָנע = קול) איז א קאמוניקאציע מיטל צו רעדן מיט אנדערע דורך עלעקטאראנישע סיגנאלן פון ווייטע שטרעקעס.

אן אלטער טעלעפאן פון יאר ה'תרנ"ו
א נייער דיגיטאלישער האנט טעלעפאן

אין יאר ה'תרל"ו (1876) איז פארשריבן געווארן דאס טעלעפאן אלס א פאטענט דורך אלעקסאנדער גרעהעם בעל וואס דערנאך איז געגרינדעט געווארן די געזעלשאפט פון טעלאפאנען מיטן נאמען "בעל". ווען אלעקסאנדער איז געשטארבן האט מען אפגעאקט אלע טעלעפאנען אויף א פאר מינוטן כדי צו אים אפגעבן כבוד.

די ערשטע ליניע פון טעלעפאן נעצווערק איז געווען צווישן ניו יארק מיט שיקאגא, און דערנאך האט זיך דאס צעשפרייט אין גאנץ USA און אייראפע.


טעלעפאן אינדוסטרי אין אמעריקע רעדאַקטירן

טעלעפאן סערוויס אין אמעריקע איז אלע יארן געווען אונטער דעם מאנאפאל פון די לאנג יעריגע פירמע עי-טי-ענד-טי וועלכע האט געהאט רוב טעלעפאן סערוויס פון לאנד. אין 984' איז דער מאנאפאל אויפגעבראכן געווארן אין געריכט נאך א לאנג יעריגע קאמף און די פירמע איז צעבראכן געווארן צו עטליכע טיילן און פיל נייע פירמעס האבן זיך דעמאלט געגרינדעט. אין 996' האט די רעגירונג נאך מער געעפענט די מארקעט פאר טעלעקאמיוניקאציעס און ערלויבט די טעלעפאן פירמעס צו גיין אין דירעקטע קאנקורענט איינע קעגן די אנדערע און זינט דעמאלט זענען פאראן הונדערטער קליינע און גרויסע פירמעס פון אלע סארטן וועלכע קומען און גייען יעדן טאג.

מיט'ן אויפלעזן דעם מעכטיגן מאנאפאל (פון די גרעסטע אין אמעריקע'ס היסטאריע) האט זיך אנגעהויבן אן ערנסטע קאנקורענט און פרייזן זענען דראסטיש געפאלן, ספעציעל פאר לאנג דיסטענס וועלכע איז ביז דעמאלט געווען א טייערע זאך. היינט צו טאג זענען פאראן איבער 1,200 עקזיסטירנדיגע לאנג דיסטענס קעריערס אז יעדער אין סיי וועלכע ארט אין לאנד ווייסט צו זאגן כאטש פון עטליכע פירמעס. די גרעסטע פירמעס זענען היינט: עי-טי-ענד-טי, ספרינט, עם-סי-איי און ווערייזן. עס איז נישט פאראן קיין שום חילוק אין די קוואליטעט פון די טעלעפאן קאלס צווישן איין פירמע און די אנדערע ווייל אלע נוצן די זעלבע פייבער אפטיק קעיבלס וועלכע באלאנגט פאר עי-טי-ענד-טי. אבער אין סערוויס איז שוין אן אנדערע וועלט און יעדע האט זיך אירע מעלות און חסרונות.

די קליינע פירמעס פארמאגן נישט קיין שום טעלעפאן סערוויס נאר זענען ריסעלערס וועלכע קויפ'ן טעלעפאן סערוויס פאר ביליג און פארקויפן דאס ווייטער פאר אביסל טייערער און פון דעם מאכן זיי א פראפיט. דאס ארבעט נישט אנדערש ווי יעדע אנדערע ריסעלער ווען זיי קויפן גרויסע בלאקס פון לאנג דיסטענס פאר בעסערע פרייזן און פארקויפן דאס ווייטער פאר זייערע קאסטומערס גענוי ווי איינער זאל קויפן אסאך האלץ און דאס ווייטער פארקויפן.



זעט אויך רעדאַקטירן

סעלפאן