ישראל אברהם פארטוגאל
רבי ישראל אברהם פּאָרטוגאַל (י"ח סיון ה'תרפ"ג – כ"ה אדר ב' ה'תשע"ט) איז געווען דער צווייטער סקולענער רבי, וואָס האָט איבערגענומען די פירערשאַפט פון זײַן טאַטן אין יאָר תשמ"ג.
געבורט |
2 יוני 1923 סקולען, בעלצער גראפנשאפט, קעניגרייך פון רומעניע |
---|---|
טויט |
1 אפריל 2019 (אלט 95) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | קעניגרייך פון רומעניע, רומעניע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
קבורה ארט | מאנסי |
פאך | רב |
אַמט | אדמו"ר |
ישראל אברהם פארטוגאל | ||
---|---|---|
סקולענער רבי | ||
געבורט | י"ח סיון ה'תרפ"ג סקולען | |
פטירה | כ"ה אדר ב' ה'תשע"ט | |
חסידות | סקולען | |
פירערשאפט | תשמ״ג–תשע״ט | |
נומער אין דינאסטיע | 2 | |
פאריגער | רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל | |
נאכפאלגער | :רבי ישעיה יעקב פארטוגאל | |
פאטער | רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל | |
מוטער | שיינא רחל | |
ווייב | רייזל שטערן |
להיפוך פון זײַן טאַטן וואָס האָט געוואוינט אין וויליאַמסבורג האָט ער געהא§ט זײַן דירה אין באָראָ פּאַרק אָבער אַזוי ווי וויליאַמסבורג ווערט אָנגעזען אַלס דער צענטער פּונקט פון סקולען, פלעגט דער רבי ווײַלן דאָרטן כמעט העלפט פון די שבתים וואָס ער ווײַלט אין שטאָט, אַזוי אויך די צווייטע העלפט חנוכה נעכט ווערט געפּראַוועט אין וויליאַמסבורג און אַזוי אויך אַנדערע צײַטן צ.ב.ש. ל"ג בעומר און אַזוי אַסאַך צײַטן פונעם יאָר.
צוליב זײַן געזונט צושטאַנד פלעגט ער ווײַלן אַ גרויסן טייל (אפשר כמעט העלפט) פונעם יאָר אין דער קאנטרי געגנט, אנהייב פלעגט ער וויילן אין ראזען'ס באנגעלא, און שפעטער האט ער אפגעקויפט אן אייגענעם שטח מיט עטליכע דירות דערויף נעבן דעם נייעם וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לייק, וואס ער גענוסט דארטן פון ביידע סיי וואס עס איז די בערג פרישע לופט און אלע צוגעהערן, און פון די צווייטע זייט איז דאס הארט נעבן א הערליכן חרדי'שן יישוב וואס ברענגט אז אלע צוגעהערן וואס קען זיך אויספעלן זאל ער האבן נאנט צו דער האנט.
פאר זיין פטירה איז ער געווען פון די איינציגע רבנים וואס זענען נאך געווען פונעם אלטן דור, און ממילא חוץ וואס ער האט אליינס געהאט א גרויסן ציבור וואס געהערן אן צו אים, זענען געקומען צו אים אויך פון אנדערע שיכטן און קרייזן צו זען א איד נאך פון פארגאנגענעם דור וואס האט זיך מוסר נפש געווען הינטער דעם אייזערנעם פארהאנג צו היטן תורה און אידישקייט און ערציען יתומים מיט יתומות אויפן ערליכן וועג.
דער רבי איז געווען ברייט באוואוסט מיט זיין מלחמה קעגן טעכנעלאגיע, קעגן טעלעוויזיע און לעצטנס קעגן דעם אינטערנעט. דער רבי איז געשטאנען בראש פונעם כינוס כלל ישראל-הצלת הדורות.[1]
דער רבי איז נפטר געווארן דינסטאג כ"ה אדר ב' ה'תשע"ט, אינעם דזשאנס האפקינס שפיטאל אין באלטימאר, און צומארגנס מיטוואך איז פארגעקומען די לויה צו ערשט אין בארא פארק, וואו קרוב צו הונדערט טויזנט אידן האבן אים באגלייט, און דערנאך איז ער געקומען לקבורה אינעם בית החיים ד'קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי, נעבן זיין פאטער.
משפחה
רעדאַקטירןדער רבי האט געהאט חתונה געהאט צו הרבנית רייזל, די טאכטער פון הרב מנחם זאב שטערן, רב פון גבעת שאול. זיי האבן געהאט פינף זון און דריי טעכטער:
- הרב ישעיה יעקב, וואס האט איבערגענומען זיין פאטער אלס סקולענער רבי, ונשיא מוסדות חסד לאברהם. בעפאר איז ער געווען רב אין קהילת "מאור הגולה" אין מאנטריאל.
- הרב מאיר, רב פון ביהמ"ד סקולען-וויליאמסבורג.
- הרב אפרים חיים יודא, רב פון ביהמ"ד סקולען-מונסי,
- הרב צבי נח, רב פון ביהמ"ד סקולען-לייקוואוד.
- הרב שמואל מרדכי, רב פון ביהמ"ד סקולען-בארא פארק. (אן איידעם ביי זיין שוועסטער הרבנית לאה ליבא שטערן)
- הרבנית לאה ליבא, די ווייב פון הרב חיים דוב שטערן, רב קהילת סקולען אין בני ברק.
- הרבנית חיה שרה, די ווייב פון הרב שמעון יואל וויינבערגער, דומ"ץ סקולען-וויליאמסבורג.
- הרבנית נחמה, די ווייב פון הרב דוד לייב קלוגהויפט, רב בית המדרש סטרעליסק וראש כולל סקולען בארא פארק.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ וואס איז פארגעקומען א' במדבר, ער"ח סיון תשע"ב, אין דעם סיטי פֿילד סטאדיום