פלאן
א פלאן איז א פארגעשלאגנער אדער בכוונהדיגער מעטאד וויאזוי צו גרייכן פון איין מצב צו א צווייטן. זיי זענען אפט באנוצט זיך צו באוועגן פון איין איצטיגן מצב, כלפי דער דערגרייכונג פון איינער אדער מערערע צילן.
אינפארמאלע און נאכאנאנדיגע פלענער ווערן באשאפן דורך אינדיווידואלע מענטשן אין אלע צילן און נאכלויפונגען. סטרוקטארד און פארמאלע פלענער, גענוצעט דורך פארשידנארטיקע מענטשן, איז מער אויסגעשטעלט צו פאסירן אין פראיעקטן, דיפלאמאטיע, קאריערעס, עקענאמישע אנטוויקולינגען, מיליטערישע קאמפן, אויפן שלאכט, אדער אין די אקטיוויטעטען פון זייער ביזנעסער.
עס איז אפט דער סדר פון נישט פארמאלע פלענער צו ווערן באשאפן אלס אבסטראקטע אידעען, און פארבלייבן אין דעם פארעם דורכאויס זיי זענען אנגעהאלטן צו טאן אדער נאך אין די פאזעס פון פלאנירונג. מער פארמאלע פלענער ווי די וואס זענען גענוצט פאר ביזנעס און מיליטערישע צילן, כאטשיג זיי זענען לכתחילה באשאפן דורך אדער אלס אן אבסטראקטישער געדאנק, איז מער אויסגעשטעלט צו ווערן אראפגעשריבן, אראפגעמאלן אדער אנדערשט אוועגעלייגט אין א פארעם וואס איז אפען און האט צוטריט פאר אנדערע מענשטן דורכאויס צייט און פלאץ זאלן זיך אויך קענען דאס באנוצען זיך דערמיט. דאס ערמעגליכט מער פארלעסליכע קאלאבאראציע אין די אויספירונג פון דעם פלאן.