נדה

מאנאטלעכע צייט פון א פרוי
(אַריבערגעפֿירט פון נידה)

מיינט איר מסכת נדה?

נדה איז די מאנאטלעכע צייט וואס עס רינט בלוט פון א פרוי.

די בלוט רינט צוליב די נאטורליכע טוישינגען וואס געשעען אין דער רעפראדוקציע סיסטעם פון א נקבה.

איבערזיכט

רעדאַקטירן

דורכאויס א נארמאלע מאנאט פון א פרוי בויעט איר קעפער אויף א הויכע מאס אסטרעג'ין (א הארמאן) וואס בויעט אויף א דיקע שיכט אויף די רחם פון די פרוי.

ווען די אסטראג'ין איז ביי די העכסטע מאס, דאן פרודאצירט די קערפער עסטראדיאל (אן אנדער הארמאן) און גלייך נאכדעם טוען די אייערשטאקן (דאס איז די זעלבע ווי די אייער ביי א מאן) פראדוצירן די אייער.

די איי פאלט דערנאך אריין אין דעם טראכט פון דער פרוי, גלייך אין דער זעלבער צייט ווערט די שיכט אין דעם רחם זייער גוט אויפגעבויעט אויף אריינפלאנצען אין זיך די אייער אויב די אייער ווערט איינגעפלאנצט דורך א זכר׳ס זרע. אזוי אז אויב די פרוי שוואנגערט זאל עס קענען געהעריג וואקסן צו א געזונט קינד.

אויב שוואנגערט זי נישט דאן ווארפט די רחם ארויס די שיכט, און דאס איז וואס מיר זען אלס בלוט. און דאן הייסט די פרוי א נדה.

דאס אלעס ווערט קאנטראלירט דורך הארמאנען אין דער סיסטעם פון דער פרוי׳ס קערפער.

די דורכשניטליכע צייט וואס דאס אלס נעמט פאר א פרוי איז בערך 28 טעג און מער.

מען קען צוטיילען די פרויס נאטורליכע מאנאט אין פיט טיילן:

  1. בלוטן
  2. די אויפבוי פון די אייער
  3. אוואולאציע
  4. די אויפבוי פון דעם טראכט

דאס איז ווען עס פאנגט אהן בלוטען פון די פרוי, און געשעהט צוליב דעם וואס די רחם ווארפט ארויס די שיכט פון זיך, אריינגעמישט אין די בלוט איז אסאך מאהל אויך דא טיילען פון די פרויס קערפער אויסגעמישט, עס קוקט אויס ווי דיקע שטיקער. דאס האלט פאר 3 ביז 5 טעג, אבער קען נעמען פון 2 ביז 7 טעג.

די אויפבוי פון די אייער

רעדאַקטירן

דערנאך קומט ווען די אייערשטאקן גרייטן אהן די אייער פאר די גוף, דאס געשעהט דורך קאמפליצירטע הארמאנען וואס געפינען זיך און זענען אקטיוו אין א פרויס קערפער. דורך די צייט ווערט אויך אנגעגרייט דורך די קערפער די הארמאנען וואס בויען אויף די שיכט אין די רחם.

אוואולאציע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אוואולאציע

בערך צום 12טן טאג פאלט איין איי ארויס פון איינעם פון די אייערשטאקן, וועלכע פון די אייערשטאקן דאס איז א זאך וואס איז נישט באקאנט, וויבאלד עס איז אן קיין סדר. די איי פאלט אריין אין די פילויפיאן טובס. און ווארט דארט צו ווערן באפרוכפערט דורך דער זרע פון א מאן. דאס איז אזוי פאר בערך 48 שטונדע. א שליימיגע געפליסעכטץ ווערט דאן באמערקט אין די סערוויקס פון א פרוי, דאס איז דארט כדי צו אויפנעמען די זרע.

פאר אסאך פרויען איז דא א קליינע ווייטאג ווען אוואולאציע געשעט, דאס ווערט אנגערופען אין דייטש מיטעלשמערץ און האלט אהן פאר בערך 7 שטונדע.

די אויפבוי פון די רחם

רעדאַקטירן

די קערפער פון די פרוי וועט פאר די קומענדיגע 2 וואכן פראדוצירען הארמאנען וואס וועלן אויפבויען א שיכט אין די רחם פון די פרוי כדי אנצוגרייטען פאר די מעגליכע פארטילייזד אייער ווי ס'זאל זיך איינפלאנצען. די איי נעמט בערך 6 ביז 12 טעג זיך איינפלאנצען אין די רחם. און אויב ס'איז פערטילייזד וועט דאס לאזן וויסען פאר די קערפער דורך די הארמאנען. און דאן וועט די קערפער אויפבויען די איי אין די רחם. אויב ס'איז נישט פערטילייזד דאן ווארפט דאס די קערפער ארויס צוזאמען מיט די שיכט וואס האט זיך אויפגעבויעט.

די ווייען

רעדאַקטירן

דורך די צייט פון די בלוטען קען די פרוי שפירען ווייטאגן אין איר בויך.

דורך אויס די צייט פון ווען די פרוי הויבט אהן צו זעהן בלוט ווערט זי אנגערופען א נדה און זי איז טמא פאר קדשים און אסור פאר איר מאן. דאס איז אלס ביז ווען זי גייט אין מקוה. זי מעג אבער נישט גיין אין מקוה גלייך זי דארף ערשט צו ווארטן אז די טעג פון נדה זאל אריבער גיין (לייען ווייטער וועגן דעם).

ווי אזוי ווערט מען א נדה?

רעדאַקטירן

א פרוי ווערט א נדה ווען א פרוי זעט בלוט וואס קומט פון איר רחם ווייל זי האט איר מאנאטליכן סדר, אדער ווייל זי פלעקט פון איר רחם, אדער פאר אנדערע סיבות. אויב קומט סתם בלוט נישט ווען עס איז איר צייט הייסט זי אויך א נדה אויב עס קוקט אויס אז עס קומט פון רחם און נישט פון ערגעץ אנדערש, אויב למשל האט זי א שניט אויף איר פינגער און זי טרעפט בלוט און זי ווייסט נישט אז עס איז פון איר רחם מוז נישט זיין אז זי זאל זיין א נדה, און דארף אויסגעפונען דורך פרעגן א רב אדער דיין.

זיך רייניגען

רעדאַקטירן

א פרוי קען זיך רייניגען דורך דעם וואס זי ווארט 11 טעג לויט די ספרדים און 12 לויט אשכנזים, און גייט דאן אין א מקוה.

ווי אזוי מען רייניגט זיך

רעדאַקטירן

די ערשטע 5 טעג דארף זי ווארטן אפילו אויב סרינט שוין נישט קיין בלוט. דערנאך דארף אדורך גיין 7 גאנצע טעג וואס זי איז ריין אן קיין טראפ בלוט.

דער טאג וואס זי הייבט אן זען בלוט ווערט גערעכנט פאר די ערשטע טאג. זי ציילט פון דאן די 5 טעג, פארנאכטס פאר די 6טע טאג קוקט זי זיך דורך אויב זי האט בלוט אדער נישט, אויב נישט דאן פאנגט זי אהן ציילן 7 טעג.

איידער די 5 טעג ענדיגן זיך וואשט זי זיך גוט ארום ארויס צו נעמען אלע בלוט וואס איז איבערגעבליבן, דערנאך (בערך א האלבע שעה נאכדעם) קוקט זי זיך דורך מיט א שמאטע.

דורך יעדן איינעם פון די 7 טעג קוקט זי זיך דורך נאכאמאל צוויי מאל יעדען טאג, איינמאל אינדערפרי און איינמאל פארנאכט. דאס הייסט די שבעה נקיים 7 ריינע טעג.

א טאג און א נאכט פאר די אלע זאכן ווערט גערעכנט פון זון אינטערגאנג ביז זון אויפגאנג פאר נאכט, און פון זון אויפגאנג ביז זון אונטערגאנג פאר טאג.

א גאנצע טאג איז איינס וואס האט אין זיך א נאכט מיט א טאג און די נאכט פאר די טאג.

זיך דורכקוקען מיט א שמאטע

רעדאַקטירן

אין די אלע צייטען וואס א פרוי דארף זיך דורכקוקען פאר בלוט (דאס הייסט זי דארף מאכן א בדיקה), טוט זי דאס דורך נעמען א קליינע ווייסע שמאטע פון בערך 3 פינגער אויף 3 פינגער, זי דרייט די שמאטע ארום איר ערשטע פינגער און שטיפט דאס אריין אין איהר צו דאן דרייט זי דאס ארום זיכער צו מאכן אז די שמאטע רירט אהן די ווענט פון אינעווייניג פון איר קערפער און נעמט דאס ארויס, אויב איז עס נישט ווייס דאן נעמט זי דאס צו א רב אדער דיין ער זאל זאגן אויב סאיז בלוט אדער נישט.

פאר די נאכט פון די ערשטע פון די 7 טעג קומען ניצט זי א שמאטע וואס זי לאזט אינעווייניג פון זון אינערגאנג ביז ווען נאכט פאלט צו. דאס הייסט א הפסק טהרה.

ווערן ריין

רעדאַקטירן

א פרוי ווערט ריין (טהור) דורך דעם וואס זיי טינקט זיך אין א מקוה. די נאכט צו די 8טע טאג נאך די שבעה נקיים גייט זי אין מקוה, פאר זי גייט אין מקוה מאכט זי זיכער אז זי האט נישט קיין חציצה, חציצה הייסט אז גארנישט טאר נישט זיין אויף איר קערפער אפילו קיין שמוץ אדער לאנגע נעגל. זי טוט דאס דורך זיך ווייקען אין א וואנע און שערן די נעגל און איבריגע האר. אויך דארף זי פיצען די ציין, פוצן די אויערן, און קעמען די האר.