דער כותל המערבי (אָפט גערופן די הײליגע װאַנט) איז די לעצטע איבערגעבליבענע וואנט פון דער מויער (חומה) פונם הר הבית. שטענדיג געפינען זיך יידן ביים כותל דאווענען אדער זאגן תהלים.

כותל
حَائِطُ الْبُرَاقِ
thekotel.org/he

קאארדינאטן: 31°46′36″N 35°14′3″E / 31.77667°N 35.23417°E / 31.77667; 35.23417

דער כותל ביי נאכט

הייליגקייט

רעדאַקטירן

לויט דער גמרא הערשט דארטן א הייליגקייט און אידן גייען אהין בעטן און דאווענען. ווייל די שכינה וואס האט גערוט שטענדיק אין בית המקדש האט זיך נישט אוועקגערירט פון יענער וואנט. טייל האלטן אז די גמרא רעדט פון די כותל המערבי פון די בית המקדש אליינס.

 
דער כותל אין יאר ה'תר"ל; 1870

היסטאריע

רעדאַקטירן

אין די צייטן פון דעם בריטישן מאנדאט האבן די יידן נישט געטארט דארט אוועקשטעלן בענק און מאכן א מחיצה צווישן מענער און פרויען. אבער יום כיפור ה'תרפ"ט האבן די יידן אויסגעבראכן דעם פארבאט און האבן דארט יא אוועקגעשטעלט בענק און האבן יא געמאכט א מחיצה,די גאנצע רודער איז געווען אנגעפירט דורך הרב קוק.. דאס איז איינע פון די סיבות וואס די אראבער האבן דאן אויפגערודערט מיט טעראר ביי די תרפ"ט ראיאטן.

ביי די מלחמת השחרור אין יאר ה'תש"ח האבן די אראבער איבערגענימען ירושלים און די יידן האבן מער נישט געהאט קיין צוטריט צום כותל.

ביי די זעקסטאגיקע מלחמה אין יאר ה'תשכ"ז האבן די ציונים צוריק איינגענימען ירושלים מיט דעם כותל המערבי, און האבן דאן פיל פארברייטערט דעם כותל און אויך ציגעגראבן זייער טיף, און פון דאן האט זיך אנגעהויבן צוריק די תפילות ביי כותל.

סאטמאר איסור

רעדאַקטירן

פון סאטמארער רב ר' יואל טייטלבוים האט נאך דער זעקסטאגיגער מלחמה גע'אסרט צו גיין צום כותל ווייל עס געבט חיזוק פאר די ציונים.

וועבלינק

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: כותל