משגיח

איינער פאראנטווארטלעכט פאר די בחורים אין א ישיבה

משגיח איז א משפיע רוחני, אזא אויפגאבע זשאב וואס מאכט דעם מענטש אן אפיטרופס אויף די רוחניות פון אנדערע.

מען נוצט דאס אויף איינער וואס געט אבאכט אויף די אידישקייט, געווענליך אלס א טערמין פון כשרות, ווען אן ארגענעזאציע פון כשרות נעמט אויף עמיצען נאכצוגיין און נאכקוקען געשעפטן, וואס נעמן זייער הכשר.

אויך ווערט דאס באנוצט אין ישיבות וואו עס געפונען זיך איינגעשטעלטע משגיחים וואס געבן אכטונג אויף די בחורים זאלען זיך האלטען אין דיראמען וואו עס דארף צו זיין.

ביי די ליטווישע קרייזן איז א משגיח פון א גרויסע ישיבה פונקט ווי א אדמו"ר ביי חסידים פאר אנדערע חסידותער.