ישראל חיים מנשה פרידמאן
רבי ישראל חיים מנשה פֿרידמאַן (ה'תרפ"ו – כ"א כסלו, ה'תשפ"א) איז געווען דער ראש בית דן פון סאטמאר וויליאמסבורג. ער איז א אייניקל פון הרב ישראל חיים פרידמאן דער ראחובער רב מח"ס ליקוטי מהרי"ח.
רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן ראב"ד סאטמאר | |
געבורט |
1926 ה'תרפ"ו |
---|---|
טויט |
7 דעצעמבער 2020 (אלט 94 בערך) כ"א כסלו, ה'תשפ"א ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
טעטיקייט ארט | ניו יארק סיטי |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי ישראל חיים מנשה איז געבוירן געווארן צו רבי יעקב צבי פרידמאן און זיין ווייב ביילא.
ער איז געווען א מגיד שיעור אין דער סיגוטער ישיבה אונטער רבי משה טייטלבוים, דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי. און מיט די שתדלנות פון דער ברך משה איז ער געווארן אויפגענומען אלץ דיין אין סאטמאר בארא פארק, אין יאר ה'תשל"ד איז ער געווארן דיין אין סאטמאר, וויליאמסבורג.
הרב ישראל חיים מנשה פרידמאן איז אן אויסטערלישער תלמיד חכם און ירא ה', ער האט הונדערטער און טויזנטער אידן וואס זענען גרייט צו פאלגן זיין פסק דין, ער איז אנגענומען אלס א גרויסער פוסק.
ביי דעם סאטמארער מחלוקת איז רבי ישראל חיים מנשה געגאנגען אונטער רבי זלמן לייב טייטלבוים, אין די שפעטערע יארן האט ער באקומען רשות פונעם ברך משה צו עפענען אן אייגענעם בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף ראסס סטריט, וואו הונדערטער אידן פלעגן דאווענען און ווארימען זיך ביי אים. ווען דער גאב"ד פון עדה החרדית הרב ישראל משה דושינסקי איז נסתלק געווארן, האבן די חסידים פון מהרי"י מסאטמאר געוואלט ער זאל ווערן דער ראש בית דין אין עדה החרדית אין ירושלים.
אין יאר תשס"ג ווען די סאטמארער קהילה האט געגרינדעט אן אייגענעם בית דין איז דער דיין אויפגענומען אלס ראש בית דין א פאזיציע וואס ער האט געהאלטן ביז זיין לעצטן טאג.
ער איז געווען דער רבי מובהק פון די סאטמארער רבי׳ס, רבי זלמן לייב טייטלבוים און אויך רבי אהרן טייטלבוים, און ביי זיין הכתרה אלס אב"ד קרית יואל האט ער זיך אויסגעדריקט אויף אים מיט גאר גרויסע הפלגות, עד יומו האחרון איז ער געבליבן מיט א אהבה צו זיין חשובן תלמיד.
ווידעראום מיט מהרי"י מסאטמאר האט ער זיך געהאלטן גאר נאנט, און מען האט נישט געדארפט קיין ווערטער פאר דעם, זיי האבן געארבעט האנט ביי האנט, מיט אלע קהילה ענינים.
ער איז נפטר געווארן מאנטאג, וישב, כ"א כסלו, ה'תשפ"א, אין עלטער פון 94 יאר.
די לוויה איז פארגעקומען אין סאטמארער ביהמ״ד הגדול אין וויליאמסבורג, דערנאך אין קרית יואל אין ביהמ"ד הגדול בראשות מהרי"י מסאטמאר, און ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים החדש פון קהל יטב לב אין קרית יואל.
רבי אהרן טייטלבוים פון סאטמאר קרית יואל האט געזאגט אויף אים א גאר שטארקן הספד ביי זיך אין ישיבה. און ער האט זיך ארויסגעדריקט הלכה כמותו בכל מקום און מיט דעם האט רבי אהרן מתיר געווען זיין איסור פון נישט טארן חתונה מאכן אין עטרת מאיר צבי דקהל בני יואל, וואס דער ראש בית דין האט מתיר געווען.
משפחה
רעדאַקטירןדי קינדער פון רבי ישראל חיים מנשה זענען:
- רבי יעקב הערש
- רבי אריה לייבוש, דיין פון סאטמאר אין וויליאמבסבורג
- רבי ברוך אברהם, סאטמארער דיין אין העריסאן, וויליאמסבורג.[1]
- רבי ירמיה, דיין פון שאפראן אין וויליאמסבורג
- רבי מענדל וואלף
- רבי שלמה