פינחס מרדכי וועבער, באקאנט ווי פינקי וועבער, איז א בדחן, און א ווארימער טאלאנטפולער קאמפאזיטאר פון ניגונים. ער איז א סאטמארער חסיד און וואוינט אין וויליאמסבורג.

פנחס וועבער
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
פינקי וועבער
געבורט ארט וויליאמסבורג
באשעפטיקונג גראמער, בדחן און קאמפאזירער פון היימישער מוזיק

ער פירט זיך ביי זיין בדחנות אז ער נעמט באקאנטע ניגונים, סיי וואס יעדער זינגט שבת און יו"ט צו ביי יעדער געלעגנהייט, און סיי פון באקאנטע זינגערס ווי מרדכי בן דוד, אברהם פריד, שלמה קארליבאך, מיכאל שניצלער, און ער לייגט דערויף ארויף זיינע ווערטער, צום ביישפיל דער ניגון פון יאסעלע ראזנבלאט "צו ווייסט איר וואס איז די וויכטיגסטע זאך אין א שטוב, א מאמע" וועט ער זינגען ביים אויסגראמען א מחותנ'עסטע, און דאס מאכט אז מענטשן זאלן אים גלייכן.

רוב היימישע זינגערס זינגען פון זיינע ניגונים אויף זיינע אלבומען. צווישן זיי, אברהם פריד, מרדכי בן דוד, ליפא שמעלצער, מיכאל שניצלער, און נאך.

פון זיינע גאר פאפולערע קאמפאזיציעס זענען: רחם נא, תפלה לעני כי יעטוף, לעכטעלע און נאך גאר אסאך. שלמה גערטנער זינגט זיינע ניגונים ה' תבנה, יהללו, אשרי מי און ראה נא בענינו.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

פינקי לייגט אראפ א מייסטער שטיקל ביים בוני עולם דינער (אינפֿא)