שעלדאן אדלסאן
שעלדאן גדליה שלום גארי איידלסאן (ענגליש: Sheldon Gary Adelson; 4טן אויגוסט 1933 – 12טן יאנואר 2021) איז געווען באטראכט אלס דער רייכסטער איד אין דער וועלט.
געבורט |
4 אויגוסט 1933 באסטאן, מאסאטשוסעטס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
11 יאנואר 2021 (אלט 87) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
וואוינארט | לאס וועגאס |
פאך | איניציאטאר |
זיין פארמעגן ווערט געשאצט אויף איבער 41 ביליאן דאלער.
זיין רייכטום האט זיך אנגעהויבן פון ארגאניזרין קרוז שיף רייזעס און קאנווענשאןס.
היינט איז ער בעל הבית אויף עטליכע פון די שענסטע לוקסוסדיגע האטעלן און קאסינאס אין לאס וועגאס.
אין 2013 איז ער דורך פארבס מאגאזין געשאצט געווארן צו זיין ווערט איבער זעקס-און-צוואנציג מיליארד דאלער.
ער איז נפטר געווארן כ״ח טבת תשפ״א.
קירוב פילאנטראפיע
רעדאַקטירןאיידלסאן איז געבוירן געווארן אין דארטשעסטער, באסטאן, אין א יידישער פאמיליע.
ער איז געווען א רעכטער קאנסערוואטיווער טראדיציאנאלער איד, ער האט געגעבן הונדערטער טויזנטער דאלער פאר די רעפובליקאנער פארטיי און פאר דזשארדזש דאבעליו בוש און אויך פאר ביבי נתניהו. אויך איז ער א גרויסער שטיצער פון חב"ד הייזער איבער דער וועלט.
ער האט צוויי זין און א טאכטער פון זיין ערשטער הייראט און צוויי זין פון דער צווייטער.
בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענלעכקייטן |
מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל אקטיווע פערזענלעכקייטן: אורי זוהר | אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן |