זיידע-באבע

(אַריבערגעפֿירט פון זיידע)

די זיידע־באָבע (אין מערב-יידיש, האררלע-פראללע) פון א מענטש זענען די עלטערן פון זיינע עלטערן. דער פאטער פון איינעם פון די עלטערן הייסט א זיידע, און די מוטער פון איינע פון די עלטערן הייסט א באָבע.

זיידע מיט איניקל (אלברט אנקר, 1893)
באבע מיט איניקל מאַכן קיכלעך

א זיידע אדער א באבע האט "אייניקלעך" פאר וועמען ער/זי איז א זיידע/באבע. א מענטש האט צוויי זיידעס און צוויי באבעס.

ווייטערע דורות

רעדאַקטירן

דער פאטער פון א זיידע אדער א באבע הייסט אן "עלטער־זיידע" און די מוטער הייסט אן "עלטער־באבע". ווען איינער האט אן עלטער־זיידע און אן עלטער־באבע, איז ער זייער "אוראייניקל".

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: זיידע-באבע