נטורי קרתא
נטורי קרתא איז א גרופע אידן וואס זענען פארנומען צו אקטיוואזירן און קעמפן קעגן דעם עקזיסטענץ פון מדינת ישׂראל רעגירונג און דעם אידיאל פון ציונות.
www |
ארגינעל איז דאס געגרינדעט געווארן דורך ר' עמרם בלוי ווען ער האט זיך אפגעטיילט פון די מער מעסיגע עדה החרדית.
זיי פארופען זיך אויף דעם ספר ויואל משה פון סאטמארער רב אז משיח קען נישט קומען אויב די אידישע מדינה שטייט נאך ווייל דאס איז קעגן די תורה.
ערגעץ אין די ל' יארן האט א גרופע פון די ארגינעלע נטורי קרתא באשלאסען צו מאכן פּראָטעסטן צוזאמן מיט חאמאס און שטענדיג בעטן העצן און שרייען אויפן אונטערגאנג פון ארץ ישראל.
פון זייערע פירער איז ר' משה הירש פון ירושלים. און ר' משה בער בעק פון מאנסי
דערפאר איז אין ארץ ישראל לעצטענס אנטשטאַנען א טיילונג צווישן די מער מעסיגע קאצינעלנבויגן משפחה און ר' משה הירש'ס משפחה.
איינע פון די הויפט רעדנער אין ניו יארק איז ר' ישראל דוד ווייס פון מאנסי, וואס קומט פון א מער אויבערלענדישע שטוב, וואס אריגינאל קומט די משפחה פון די שטאט מונקאטש און זיין טאטע האט געהאט פערזענליכע באציאונגען מיטן מנחת אלעזר זצוק"ל און אסאך איבערגענומען פון איהם, אין קענענדיג גוט ענגליש איז ער זייער אפציעלער רעדנער אויף ענגליש ביי זייערע פראטעסטן (אמאל איז געווען זייער אפיציעלער רעדענער אויף ענגליש א בחור מוטן נאמען חיים צבי פריימאן וואס ריפט זיך איש ירושלים, ער קומט פון א יעקישע שטוב פון וואשינגטאן הייטס, לעצטענס רעדט ער שוין נישט ביי זייערע פראטעסטן, מאנכע שרייבן דאס צו צי דעם וואס עס גייען פאר רייבערייען אינערהאלב זייער פארטיי.)
א גרופע פון נטורי קרתא זיינען געפארן צו איראן כסלו תשס"ז פאר א קאנפערענץ אפצולייקענען די צווייטע וועלט'ס קריג. וואס האט אויסגערופן שטורמישע פראטעסטן ביים יהדות החרדית, אבער דא ווען מען האט געטשעפעט דעם פונטל, ווי זיי האבן זיך געטראפן מיט אזעלכע וויסטע שונאי ישראל ווי דעיוויד דיוק, אין זיך געהאלזט מיט זיי, האבן די אידישע ארגאניזאציעס מחליט געווען אז לא עת לחשות אין אונז קענען מער נישט שווייגן אין צוקוקן ווי א היפעלע אוואנטוריסטן טוען וואס זיי ווילן בשם די יהדות החרדית, אין שארפע בריוו זענען ארויס געקומען דורכן בית דין צדק פון דער עדה החרדית אין ירושלים, ווי אויך פון דעם סאטמארער בית דין פון וויליאמסבורג, אין נאך צענדליגע רב'נישע קערפערשאפטן.
וועבלינקס
רעדאַקטירן- א ווידעא קליפ פון איינע פון די געווענליכע געפעכטן פון פרא ציונים קעגן זיי [1]
אלע חרדישע נייעס, תורה, און פראפאגאנדע טעלעפאן האטליינס
קול מבשר • קו הציבור • קול סאטמאר • לשון הרע • נטורי קרתא • זקניך ויאמרו לך • קול הלשון (דף היומי) • ישיבה וועלט • נטרונא • הכל בסדר • נחום ראזענבערג • אליהו אמסעל • קול השבת • קול זכור ימות עולם