ליבע
ליבע איז א געפיל פון שטארקער נאנטשאפט. ווען מען האט ליב איינעם קען מען זיך אין פייער אריין ווארפן צו טאן יענעמ'ס ווילן, אדער ווען מען האט ליב עפעס קען קריכן גראדע ווענט דערצו אנצוקומען. ווייל דאס מיינט צוזאגן אז מען שפירט יענעמ'ס געפיל פונקט ווי די אייגענע, און יענע זאך ווערט אזוי טייער און ווערדפול, צו צאלן יעדן פרייז, אפילו דאס טויט - און זיך זעלבסט, דאס אייגן לעבן, האט דאך יעדער זיכער ליב.
דער טבע פון ליבע איז אז אלץ ארום ווערט ווייניגער חשוב דעריבער ווען מען ליבט גאט אדער א פרוי איז נישט שייך צו ליבן עפעס אנדערש וואס זיי ליבן נישט. און מען הייסט א פארעטער אויב מען ליבט וואס זיי ליבן נישט.
עס איז דא שטאפלען אין ליבע; פריינט; געלט; כבוד; ביזנעס שותפים; עסן; קינדער; טאטע; מאמע; ווייב; און דער שורש פון דעם אלעם: גאט. אבער די צד השווה פון די אלע ליבע געפילן איז אז אן דעם וואלט קיין לעבן, מענטש, און וועלט נישט עקזיסטירט.
די אלע קשרים קען דער עמאָציע אויסוועפן דערפאר איז וויכטיג ווי מער זיך פארטיפן און ערוועקן די געפיל אפילו מען האט טענות און מענות אויף יענעם דארף מען סוף כל סוף דאך אנקומען צו יענעם, דעריבער איז וויכטיג אייביג צו שמייכלען און זאגן א גוט ווארט פאר דעם גרעסטן שונא, ווייל דערמיט האלט איר אן, און מאכט בעסער די וועלט.
ליבע אין יידישקייט
רעדאַקטירןדריי מצוות זענען פארבונדן מיט ליבשאפט אין יידישקייט:
- ליבן א פריינט – "ואהבת לרעך כמוך" (ויקרא י"ט י"ח)
- ליבן א פרעמדן - "ואהבת לו [לגר] כמוך" (ויקרא י"ט ל"ד)
- ליבן גאט – "ואהבת את ד' אלהיך, בכל לבבך, בכל נפשך ובכל מאודך". (דברים ו' ה', י"א א')
וועגן ליב האבן א מענטש זאגן די תנאים אז עס איז א "כלל גדול בתורה" (ר' עקיבא) אדער "כל התורה כולה על רגל אחת" (הלל הזקן). דער דאזיגער כלל זאגט אז א מענטש זאל ליב האבן אנדערע גענוי ווי ער האט זיך ליב.
ליבע פאר א מאן פון דער תורה'דיגן שטאנדפוקנט: א פרוי דארף זיך צושעטלן פאר איר מאן אז איר מאן זאל זי ליב האבן, זי דארף זיין גרייט דער מאן זאל קענען מיר טוען וואס ער וויל ווען עס קומט צו ליבע.
איינער א גרויסער מאן אבא חלקיה ווען ער איז אהיים געקומען צו זיך אין שטוב האט זיך זיין פרוי אנגעטון זייער שיין, ער האט געזאגט דעם טעם פאר דעם "כדי שלא אתן עיני באשה אחרת" כדי איך זאל נישט געבן מיינע אויגן צו א צווייטער פרוי.[1] עס איז ווי דער פסוק זאגט משלי יהי מקורך ברוך ושמח באשת נעוריך.
די פינף ליבע שפראכן
רעדאַקטירןיעדער מענטש האט בדרך כלל 1 אדער 2 שפראכן וואס וועלן אים מאכן פילן אז מהאט אים ליב:
- געוויסע וועלן עס שפירן ווען מהעלפט זיי ארויס מיט די זאכן וואס זיי דארפן טון.
- אנדערע גאר וועלן עס דייקא נאר שפירן מיט א באשטימטע צייט וואס זיי וועלן וויסן פונקטליך אז דאס איז אוועק געלייגט פאר זיי.
- ווי אויך איז דא וואס שפירן עס בעיקר אין א חפץ, זיי וועלן די מערסטע הנאה האבן פון א מתנה! אדער אפילו א קליינע צעטל אדער נאש (אסאך מאל זענען זיי מער פון די לעבעדיגע סארט)
- ווי אויך איז דא וואס צו זיי רעדט מען אין פלעין אידיש, קאמפלימענטן.
- פיזישע ליבשאפט פאר א קינד א.ד.ג. (דאס דארף טאקע יעדער אבער ביי זיי איז עס אויך אנשטאט די אנדערע 4)
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ עס ווערט פארציילט אין תלמוד בבלי מסכת תענית דף כ"ג