טעקסי
אַ טעקסי אדער טאַקסי איז אַן אויטאָ, אַ ווען אדער אַנדערער פֿאָרמיטל וואס מען נוצט פֿאַר פּובליקע טראַנספּאָרט. מענטשן ניצן זיי צו גרייכן זייערע צילן דירעקטלעך, אָן קיין סטאַנציעס אינצווישן. טעקסיס ווערן באנוצט אין כמעט אלע שטעט.
מיט מערסט אַנדערע סארטן פּובליקע טראַנספּאָרט ווי בוסן, טראַמען אדער באַנען קען דער פּאַסאַזשיר נישט קלייבן וואו צו אויפֿגיין אדער אויסשטייגן. די דאָזיקע פֿאָרמיטלען אפט ניצן ספּעציפֿישע טראַקטן אדער נאָכפֿאָלגן אַ זייער ספּעציפֿישער מאַרשרוט. צוליב דאָס, געוויינטלעך האַלטן זיי נישט פּונקט וואו זייערע באַניצערס ווילן.
צו פֿאָרן מיט אַ טעקסי איז זייער ענלעך צו פֿאָרן מיט אַ פּריוואַטן אויטאָ, נאָר דער באַניצער איז אַ פּאַסאַזשיר אָנשטאָט דער שאָפֿער. טעקסיס אַרבעטן אין פֿאַרשידענע וועגן ארום דער וועלט, אבער דער פּאַסאַזשיר דאַרף נאָר מעלדן דעם שאָפֿער וואו אהין ער וויל גיין. אין מערסט פֿאַלן וועט דער אָפצאָל פֿאַר דער רייזע ווערן אָפּהענגיק אויף דער דיסטאַנץ פֿונעם אויפֿגיין פּלאַץ, אבער דער אָפצאָל פֿאַר אַ טעקסי רייזע ווערט געוויינלעך העכער ווי אַנדערע סארטן טראַנספּאָרט.