איראק

לאנד אין מערב אזיע

איראק (אַראַביש: العراق al-‘Irāq; קורדיש: عێراقEraq), אפיציעל די רעפובליק פון איראק, איז דאס אור-אלטע לאנד וואס אידן רופן בבל. איראק גרענעצט זיך מיט איראן פון איין זייט, מיט טערקיי פון דער קורדישער זייט און מיט סיריע און סאודי אראביע. זײַן הױפּטשטאָט איז באַגדאַד.  די הויפט עטנישע גרופעס זענען אראבער און קורדן; אנדערע זענען כולל אסירישער, טורקמען, שאבאקיס, יאזידיס, ארמענער, מאנדעאנער, צירקאסער און קאווליא.

רעפובליק פון איראק
פאן איראק
פאן איראק
סימבאָל איראק
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון איראק
אָרט פֿון איראק
קאָנטינענט אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך אראביש
הויפּטשטאָט באגדאד33°20′N 44°26′E / 33.333°N 44.433°E / 33.333; 44.433
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
דזשאלאל טאלאבאני
נורי אל־מאליקי
גרינדונג דאַטום
3טן אקטאבער 1932
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
438,317 קוואַדראַט ק"מ
59סט
1.1
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

30,399,572
39סט
73.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $125.665 ביליאן (62סט)
וואַלוטע איראק דינאר
צײַט זאָנע +3
אינטערנעט דאָמען iq.
טעלעפֿאָן קאָד 964+

איראק האט א בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ אויפן צפון זייט פונעם פערסישן איינגאס. צוויי הויפט טייכן, די חידקל און פרת, פליסן קיין דרום אדורך איראק און אריין אין שאט אל-אראב נאנט צום פערסישן איינגאס. די טייכן פארזארגן איראק מיט א היבש כמות פון פרוכעפערן לאנד.

דער געגנט צווישן די חידקל און פרת טייכן ווערט גערופן מעסאפאטאמיע, און איז געווען די היים פון נאכאנאנדיקע ציוויליזאציעס זייט אוראלטע צייטן. איראק איז געווען דער צענטער פון די אקאדישע, סומערישע, אסירישע און בבלי אימפעריעס. אויך איז ער געווען א טייל פון די מעדישע, אכעמענישע, העלעניסטישע, פארטישע, סאסאנידע, רוימישע, ראשידון, אומאיאד, אבאסישע, איובישע, מאנגאלישע, סאפאוויד, אפשאריד און אטאמאנישע אימפעריעס.[1]

נהר החידקל די טיגריס טייך. א בליק פון חיפה סטריט אין באגדאד

היסטאריע

רעדאַקטירן

די סומערישע ציוויליזאציע האט אנגעהויבן אין היינטיקן איראק.

20טן יארהונדערט

רעדאַקטירן

פון דער ענדע 1960ער יארן האט סאדאם כוסעין פארכאפט די מאכט אין איראק. ער האט אומגעברענגט אלע זיינע פאליטישע שונאים און געפירט א דיקטאטורישע רעזשים פאר איבער 30 יאר, ביז אמעריקע האט דערקלערט קריג אויף אים, פאר'ן חשד אז ער האט מאסן פארניכטונג וואפן. ארויסגעשטעלט האט זיך עס אלס א בלאף.

איראן-איראק מלחמה

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – איראן-איראק מלחמה

אין 1980 האט איראק מיט די שטיצע פון אמעריקע און די מערב וועלט אינוואדירט איראן מיטן ציל צו פארכאפן די אויל רייכע דרום מערב טיילן פון לאנד, סאדאם האט געהאפט צו בעניפיטירן פונעם פאקט אז איראן איז נארוואס אריבער א רעוואלוציע און איר מיליטער איז געווען אין כאאס.

די גאלף קריג

רעדאַקטירן

אין 1991 האט דער ערשטער פרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש אינוואדירט איראק, אינאיינעם מיט די פאראייניגטע פעלקער, כמעט נאר פון דער לופט, אלס נקמה אקציע פאר סאדאמ'ס אקופירן טיילן פון דאס קליינע לענדל קואווייט. הארט פאר פורים, יענץ יאר האט כוסעין זיך אונטערגעגעבן און איז ארויס פון קאווייט, נאכקומענדיק די פארלאנגען פון די וועלט.

מאסן פארניכטונג וואפן

רעדאַקטירן

דער צארן פון אמעריקע האט זיך אבער נישט אפגעטאן פון. זינט דעם ביטערן טאג פון 9/11 האט דער לעצטער פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש, כסדר ווידערהאלט אז סאדאם כוסעין זאל אויפגעבען זיינע (אומעקזיסטירענדע) מאסן פארניכטונג וואפן, ווען זיינע סטראשונקעס האבן נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן, האט פרעזידענט בוש מיט זיינע אליאירטע קרעפטן אינוואדירט דאס לאנד איראק אין ווינטער 2003 האט אמעריקע אינוואדירט איראק מיט א מעכטיגע אטאקע אונטערן נאמען שאק און ציטער.

די מלחמה

רעדאַקטירן

עס האט נישט גענומען קיין פיר וואכן, און איראק איז געווען אייגענומען דורך אמעריקאנער און בריטישע טרופען. צוויי יאר האט גענומען ביז מ'האט געפינען דעם געוועזענעם דיקטאטור אין אן אינטערערדישן מויזן לאך.

איראק נאך דער מלחמה

רעדאַקטירן

זינט דער מלחמה איז שוין דורך עטליכע יאר, אבער קיין שלום הערשט דארט נישט. א קליינער פארמאט פון א בירגער קריג גייט דארט אן, מיט א שרעקליכע שחיטה צווישן די שיאיטן און די סוניס, איבער 2300 אמעריקאנער סאלדאטן האבן דארט פארלוירן זייערע לעבנס, און מעגליך נאענט צו א האלב מיליאן איראקער טויטע.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

איראק ליגט צווישן די גארטל-ליניעס 29° און N‏ 38° , און מערידיאנען 39° און 49°E ‏ (א קליינער שטח ליגט מערב פון 39°). מיט א שטח פון 437,072 ק״מ2 (168,754 קוואדראט מייל), איז איראק דאס 58סט-גרעסטע לאנד אין דער וועלט. ער איז אומגעפער אזוי גרויס ווי דער פֿ״ש שטאַט קאליפארניע, און עפעס גרעסער ווי פאראגוויי.

  איראק באשטייט מערסטנס פון מדבר, אבער לעבן די צוויי הויפט טייכן (פרת און חידקל) זענען פרוכפערדיקע אלואוויאלן באדנס, וויבאל די טייכן טראגן אומגעפער 60,000,000 מ3 ליים א יאר צו דער דעלטע. דער צפון טייל פונעם לאנד באשטייט בעיקר פון בערג; דער העכסטער פונקט איז ביי טשיקהאַ דאַר (שווארצער געצעלט), הויך 3,611 מ. איראק האט א קליינע בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ (36 מייל) לענגאויס דעם פערסישן איינגאס. נאנט צום בארטן ביים שאַט־אַל־אַראַב (וואס די איראנער רופן אַרוואַנדרוד: اروندرود) פלעג זיין זומפלענדער, אבער מ׳האט פיל פון זיי אויסגעטריקענט אין די 1990ער יארן.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן

די עקאנאמיע פון איראק איז באזירט אויפן נאפט סעקטאר, וואס טראדיציאנעל האט פארזארגט עטלעכע 95 פראצענט פון עקספארט פארדינסט. אין די שפורן פון דער איראן-איראק מלחמה און די שאדן וואס די איראנער האבן פארשאפן צו דער איראק נאפט אינדוסטריע איז די איראקער עקאנאמיע אריין אין א קריזיס. די רעגירונג האט רעאגירט מיט איינפירן א א ראציאנירונג סיסטעם, האט געבארגט א סך פון אנדערע לענדער און ארגאניזאציעס, און שפעטער האט אפגעשטופט צוריקצאלן אירע דרויסנדיקע חובות. היינט ווערט גערעכנט אז די עקאנאמישע פארלוסטן פון איראק צוליב דער מלחמה מיט איראן שטייען מינדערסטן ביי 100 מיליארד אמעריקאנער דאלאר. נאך ווען די מלחמה האט אויפגעהערט אין 1988 האט די עקספארט פון נאפט פון איראק ווידער געשטיגן ווען מען האט געבויט רערן צו פירן נאפט און ווידער אויפגעבויט די אפאראטן און פאמפעס. א קאמבינאציע פון נידריגע נאפט פרייזן, דעם נויט צוריקצובאצאלן די חובות וואס מען האט געבארגט אין די מלחמה יארן (אומגעפער 3 מיליארד דאלאר א יאר) און דעם קאסט פון ווידעראויפבויען דאס לאנד האבן פארערגערט דעם קריזיס, וואס האט געברענגט ענדליך די איראקער אינוואזיע אין קואווייט.

אום 20סטן נאוועמבער 2004 האבן די 19 רייכסטע לענדער אין דער וועלט מסכים געווען מוותר צו זיין אויף 80 פראצענט (33 מיליארד דאלאר) פון דעם גאנצן חוב פון איראק (42 מיליארד דאלאר) צו די דאזיקע לענדער. דער סכום פונעם דרויסנדיקן חוב פון איראק וואס איז געשטאנען פאר דער אינוואזיע אין 2003 אויף 120 מיליארד דאלאר, איז געוואקסן אין יאר 2004 נאך פינעף מיליארד דאלאר.

סוף פון 2005 און דעם ערשטן העלפט פון 2006 האט איראק געענדערט די פארעם פון אפצאלן זיינע חובות, און האט פארמינערט 16 מיליארד דאלאר פון זיין דרויסנדיק חוב. נאכדעם הייבט זיך אן די עקאנאמיע צו שטארקן [1], און דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט האט געוואקסן ביז אין 2006 איז איראק געשטאנען אין דעם 58סטן פלאץ אין דער וועלט.

די אפיציעלע וואלוטע אין איראק איז דער איראקישער דינאר.

נאפט און ענערגיע

רעדאַקטירן

מיט רעזערוון פון 143.1 ביליאן פעסער, איז איראק דער דריטער אין דער וולעט אין נאפט רעזערוון, נאך ווענעזועלע און סאודי אראביע. אין דעצעמבער 2012 האט פראדוקציע פון נאפט דערגרייכט 3.4 מיליאן פעסער א טאג. איראק האט נאר אומגעפער 2,000 נאפט קוואלן, אין פארגלייך מיט 1 מיליאן קוואלן אין טעקסאס. איראק איז געווען א גרינדער מיטגליד פון אפעק.

ווי אין 2010 האט איראק גענערירט נאר העלפט פון דער עלעקטריציטעט וואס די קונדן פאדערן, וואס ברענגט ארויס שארפע פראטעסטן אין די זומער מאנאטן.

וואסער פארזארג און סאניטאציע

רעדאַקטירן

די קוואליטעט פון וואסער אין איראק איז גאנץ שוואך. דריי יארצענדלינגער פון מלחמה צוזאמען מיט ווייניג סביבה׳דיקער וויסקייט האבן צוזאמען חרב געמאכט איראק׳ס וואסער רעסורסן פארוואלטערונג סיסטעם.

צוטריט צו טרינקוואסער ענדערט זיך א סך צווישן גובערניעס און אויך צווישן שטאטישע און דארפישע שטחים.

91% פון דער גארער באפעלקערונג האט צוטריט צו טרינקוואסער. אבער אין דארפישע שטחים נאר 77% פון דער באפעלקערונג האט צוטריט צו פארבעסערטע טרינקוואסער קוואלן אין פארגלייך צו 98% אין שטאטישע געגנטן.[2]

גרויסע קוואנטיטעטן פון וואסער גייען לאיבוד בשעת פראדוקציע.[2]

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

דער 2016 אפשאץ פון דער גאנצער באפעלקערונג פון איראק איז 37,202,572. איראק׳ס באפעלקערונג אין 1878 איז געשאצט צו בערך 2 מיליאן.[3] אין 2013 האט איראק׳ס באפעלקערונג דערגרייכט 35 מיליאן אין א נאך דער מלחמה בליאונג אין באפעלקערונג.[4]

עטנישע גרופעס

רעדאַקטירן

אראבער זענען 75%–80% פון דער באפעלקערונג.[5] 15% פון איראק׳ס באפעלקערונג זענען קורדן. אסיריער, איראקישע טורקמען און אנדערע פיל קלענערע מינאריטעטן, ווי למשל מאנדעער, ארמענער, קירקאסער, איראנער, שאבאקיס, יאזידיס און קאווליע זענען משלים די איבעריגע 5%–10% פון דער באפעלקערונג.[5][6] אומגעפער 20,000 זומפ אראבער וואוינען אין דרום איראק.[7]

איראק איז א מיטגליד אין אפעק, און אין אנדערע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Top 10 Battles for the Control of Iraq. Livescience.com. דערגרייכט דעם 2009-03-23.
  2. a b UN Iraq Joint Analysis and Policy Unit (March 2013). Water in Iraq Factsheet.
  3. Charles Philip Issawi (1988). The Fertile Crescent, 1800–1914: A Documentary Economic History. Oxford University Press, 17. ISBN 978-0-19-504951-0. דערגרייכט דעם 2016-08-17. 
  4. איראקישע באפעלקערונג דערגרייכט אומגעפער 35 מיליאן. Aswat Al Iraq (‏2013-04-27). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 14טן יאנואר, 2015. דערגרייכט דעם 2013-07-01.
  5. a b Iraq. וועלט פאקטבוך.
  6. Assyria. UNPO (2008-03-25). דערגרייכט דעם 2013-12-08.
  7. Sharp, Heather (‏March 3, 2003). "BBC News – Iraq's 'devastated' Marsh Arabs". דערגרייכט דעם 2008-05-01. 


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן


לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן