חתן
חתן איז דער אפטייטש פון איידעם. צ.ב.ש. ראובן בן שמעון חתן לוי.
די דעפיניציע פון חתן ווערט אבער הויפטזעכליך באנוצט צו באצייכענען א בחור וועלכער אנגעבינדן געווארן אין א שידוך און ער איז דער חתן צו די כלה.
דעם זעלבן גורל וואס עס באגלייט דעם חתן טיילט אויך די כלה. כלה איז טייטש שנור, אבער ווערט אממערסטן באנוצט אלס א מיידל וואס איז אנגעקניפט אין א שידוך מיט א חתן.