אברהם שבתי הכהן פרידמאן (געב' י"ג אדר ב' ה'תשי"ט, 22סטן מערץ 1959), באקאנט מיטן נאמען אברהם פריד, ווערט פאררעכנט אלס דער צווייטער צום "מלך פון יידישער מוזיק", מרדכי בן דוד, וואס איז זיין הויפט שותף. די צוויי זענען די גרעסטע אין חסידישע מוזיקר.

אברהם פריד
Avraham Fried 3.jpg
געבורט 22 מערץ 1959 (אלט 64)
קרוין הייטס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.avrahamfried.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg
אברהם פריד
Avraam frid.jpg
טעטיקייט יארן 1981
זשאנער חסידישע מוזיק

ער האט אנגעהויבן זינגען אלס קינד אין דעם חב"ד קינדער כאר.

ער איז א ליובאוויטשער חסיד און וואוינט אין קרוין הייטס.

ביאגראפיערעדאַקטירן

אברהם פריד איז געבוירן געווארן אין תשי"ט צו זיין פאטער ר' יעקב משה פרידמאן, א בלאזשאווער חסיד, א זון פון הרב מאיר ישראל איסר פרידמאן, רב פון קרעניץ און א צאנזער חסיד. ער איז דער יינגסטער פון אכט קינדער (זעקס ברידער און צוויי שוועסטער). איינער פון זיינער ברידער איז מאניס פרידמאן.

זיינע אלבאמעןרעדאַקטירן

  • קיין ייד וועט מען נישט איבערלאזן (ענגליש)
  • יידישע אוצרות

אין תשנ"ט האט ער ארויסגעגעבן דעם אלבאם "ניגון הבעש"ט", וועלכע אנטהאלט צוועלף אנגעבליכע חב"ד ניגונים.

די ניגונים אין דעם אלבאם זענען:

  • ניגון שמחה
  • אלו ואלו - רחמנא
  • ניגון הבעל שם טוב, ימין ה', צמאה (מיט די רוסישע ווערטער), ניגון התוועדות, טאנץ ניגון, ראסטאווער ניגון, אשרינו, כאיל תערוג, ניגון שמחה און א מחרוזת פון דריי אלטע ניגונים.

וועבלינקרעדאַקטירן