יום כיפור
יום כיפור איז דער הײליקסטער ייִדישער פֿײַער–טאָג און תענית אין דעם 10טן טאָג אין חודש תשרי (י' תשרי). עס הײבט זיך אָן מיט דער נאַכט פֿון 9טן אױפֿן 10טן פֿון תשרי. אין חומש ויקרא (כ״ג) װערט װעגן דעם געזאָגט אַז דער 10טער טאָג אין 7טן חודש (תשרי) איז יום הכּפּוּרים, דער טאָג פֿון פֿאַרגעבן די זינד. ועניתם את נפֿשותיכם, מען טאָר נישט טאָן קײן אַרבעט, שבת שבתון העכסטער רו–טאָג. אין חומש ויקרא ט”ז װערט געזאָגט, אַז אין דעם טאָג איז דער כּהן גדול אַרײַנגעגאַנגען אין קודש הקדשים צו בעטן פֿאַר זיך און פֿאַרן עם ישראל.
ביים דאווענען איז יום כיפור אויסגעצייכנט מיט צוויי זאכן: ביי יעדער תפילה זאגט מען ווידוי, און ס'איז דא נאך א תפילה, נעילה, וואס א גאנץ יאר דאווענט מען נישט.
ביים ליינען די תורה אינדערפרי רופט מען אויף זעקס מענטשן (אחוץ ווען ער געפאלט שבת, דעמאלסט רופט מען אויף זיבן אזוי ווי יעדן שבת). ביי מנחה ליינט מען אין פרשת אחרי מות, און מען רופט אויס דריי מענטשען, דערנאך ליינט מען אין דער הפטרה פון יונה.
ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב |