ענגלאנד איז דאס גרעסטע און מערסט באפעלקערטע באשטייטיילע לאנד[1][2] אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד. זיינע איינוואוינער זענען 83% פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך[3]. די יאדערלאנד טעריטאריע פון ענגלאנד פארנעמט דאס דרום'דיג צוויי דריטל פונעם גרויסבריטאניע אינזל און האט יבשה גרענעצן מיט סקאטלאנד צו צפון און וויילס צו מערב; די ים גרענעצן זענען דער צפון ים, אירישער ים, אטלאנטישער אקעאן און ענגלישער קאנאל.

ענגלאנד
England
פאן ענגלאנד
פאן ענגלאנד
סימבאָל ענגלאנד
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון ענגלאנד
אָרט פֿון ענגלאנד
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט לאנדאן
51°30′28″N 0°7′41″W / 51.50778°N 0.12806°W / 51.50778; -0.12806
רעגירונג מאנארכיע
קעניג
פּרעמיער מיניסטער
טשארלס דער דריטער
רישי סונאק
גרינדונג דאַטום
927
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
130,395 קוואַדראַט ק"מ
-
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

49,138,831

388.7 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $1.9 טריליאן ()
וואַלוטע פונט שטערלינג
צײַט זאָנע UTC GMT
אינטערנעט דאָמען .uk.
טעלעפֿאָן קאָד 44+

ענגלאנד איז געווארן א פאראייניגטע שטאַט אין דעם 10טן יארהונדערט. דער נאמען 'ענגלאנד' שטאמט פון די אנגלען, א דייטשיש פאלק וואס האט באזעצט די טעריטאריע אין די 5טער און 6טער יארהונדערטער. די הויפטשטאט פון ענגלאנד איז לאנדאן, וואס איז די גרעסטע שטאט אין ענגלאנד און אויך (לויט רוב מאסן) די גרעסטע שטאט אין דעם אייראפעאישן פאראיין.[4]

געאגראפיע

רעדאַקטירן

ענגלאנד געפינט זיך אינעם אינזל גרויסבריטאניע. צום צפון פון ענגלאנד איז סקאטלאנד, מיט וויילס צו מערב. צו מזרח און דרום, און אויך דערצו א טייל פון מערב, האט ענגלאנד א ים בארטן. פראנקרייך איז צו דרום-מזרח , אריבער דעם ענגלישן קאנאל. דער קאנאל טונעל אונטערן ים, באהעפט ענגלאנד מיט יאדערלאנד אייראפע. אירלאנד איס א גרויסער אינזל צו מערב.

לאנדאן איז די גרעסטע שטאט און די הויפטשטאט. אנדערע גרויסע שטעט זענען בירמינגהאם, מאנטשעסטער, לידז, שעפילד, בריסטאל און ליווערפול. דער לענגסטער טייך אין ענגלאנד איז דער סעווערן. אנדערע לאנגע טייכן זענען דער טעמז (וואס פליסט אדורך לאנדאן), דער טרענט און דער הומבער.

הויפט שטעט

רעדאַקטירן
 
די שטאט בירמינגהאַם
 
די שטאט ליווערפול

די גרעסטע שטעט אין ענגלאנד זענען (אלפֿאַבעטיש):

עקאנאמיע

רעדאַקטירן
 
דער באנק פון ענגלאנד אין לאנדאן

ענגלאנד'ס עקאנאמיע איז פון די גרעסטע אין דער וועלט, מיט א דורכשניטלעכער ברוטא אינלענדישער פראדוקט א מענטש פון £22,907.[5] די עקאנאמיע איז א געמישטע מארק עקאנאמיע מיט א סאך פרייער מארק פרינציפן , אבער אויפהאלטנדיק א פארגעשריטענע סאציאלע פארזארג אינפראסטרוקטור.[6] די אפיציעל וואלוטע אין ענגלאנד איז דער פונט שטערלינג, מיטן סימבאל GBP. שטייערן אין ענגלאנד זענען נישט גאר הויך אין פארגלייך מיט גאנץ אייראפע—אין 2009 איז דער גרונטיקער פערזענלעכער שטייערקורס 20% אויף שטייערדיקן איינקומפט ביז £37,400, און 40% אויפן איבעריגן פארדינסט איבער דעם סכום.[7] די ענגלישע עקאנאמיע איז דער גרעסטער טייל פון דער עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך,[5] וואס האט דעם 18טן העכסטן GDP א מענטש אין דער וועלט. ענגלאנד גייט פון פארנט אין די כעמישע און פארמאצעווטישע סעקטארן און אין וויכטיגע טעכנישע אינדוסטריעס. לאנדאן, היים פון דער לאנדאנער בערזע, די הויפט בערזע אין די פאראייניגטע שטאטן און די גרעסטע אין אייראפע, איז ענגלאנד'ס פינאנציעלער צענטער—100 פון אייראפע'ס 500 גרעסטע קארפאראציעס זענען באזירט אין לאנדאן.[8] לאנדאן איז דער גרעסטער פינאנציעלער צענטער אין אייראפע, און אויך היינט (2009) די גרעסטע אין דער וועלט.[9]

לאנדווירטשאפט איז שטארק מעכאניזירט און פראדוצירט 60% פון די עסן באדארפן מיט נאר 2% פונעם ארבעטסקראפט.

וויסנשאפט און טעכנאלאגיע

רעדאַקטירן

פראמינענטע ענגלענדער פונעם פעלד פון וויסנשאפט און מאטעמאטיק שליסן איין סיר אייזיק ניוטאן, מייקל פאראדיי, ראבערט הוק, ראבערט בויל, דזשאזעף פריסטלי, טים בערנערס-לי און פאל דיראק.

אלס געבורטסארט פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז ענגלאנד געווען די היים פון א סך פראמינענטע דערפינדער אין די 18טן און 19טן יארהונדערטער. צווישן די בארימטע ענגלישע אינזשענירן זענען איזאמבארד קינגדאם ברונעל, שאפער פון דער גרויסער מערבדיקער באן, פארע־שיפן און וויכטיקע בריקן.

דער פאטער פון די אייזנבאנען, דזשארדזש סטיוונסאן האט געבויט די ערשטע צווישן־שטעט פובליקע אייזנבאן אין דער וועלט, די ליווערפול און מאנטשעסטער באן, וואס האט געעפנט אין 1830.

ענגלישע אויסגעפינסן שליסן איין: דער דזשעט ענזשין, די ערשטע אינדוסטריעלע שפינמאשין, דער ערשטער קאמפיוטער און דער ערשטער מאדערנער קאמפיוטער, די וועלט-וועב מיט HTML, בלוט-טראנספוזיע, די מאטאריזירטע שטויבמאשין, גראזשניידער, עלעקטרישע מאטאר און דאמפמאטאר.

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

באפעלקערונג

רעדאַקטירן

די ענגלישע שפראך איז א מערב דייטשישע שפראך וואס מ'רעדט אין אסאך לענדער ארום דער וועלט. ס'איז דא אומגעפער 380 מיליאן מענטשן וואס רעדן ענגליש אלס מוטער־שפראך, אזוי איז זי די דריטע מערסטע גערעדט שפראך אין דער וועלט. א ביליאן מענטשן רעדן זי אלס צווייטע שפראך. ענגליש איז באאיינפלוסט דורך פילע פארשידענע שפראכן.

מיטל ענגלישע ליטעראטור האט אנגעהויבן מיט דזשעפרי טשאסער, פארפאסער פון די קאנטערבורי מעשה'ס.


די פאלגנדע ספארטן האט מען ערפינדן אין ענגלאנד:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. www.number-10.gov.uk. לענדער אינוועניג א לאנד. דערגרייכט דעם 2007-06-13.
  2. England -- Britannica Student Encyclopedia. URL retrieved on 6 June 2007.
  3. National Statistics Online - Population Estimates. URL דערגרייכט 6 June 2007.
  4. סיי לויט דער אפיציעלער דעפיניציע פון LUZ (גרעסערע שטאטישע זאנע) וואס אייראסטאט (די אייראפעישע סטאטיסטיק אגענטור) ניצט און סיי לויט באפעלקערונג צווישן די מוניציפאלישע גרענעצן.
  5. a b Office for National Statistics. Regional Accounts. statistics.gov.uk. דערגרייכט דעם 2009-09-17.
  6. The Welfare State – Never Ending Reform. BBC News. news.bbc.co.uk. דערגרייכט דעם 2009-09-17.
  7. שטייער אין ענגלאנד. AdviceGuide.org.uk. דערגרייכט דעם 2009-09-05.
  8. פינאנציעלער צענטער. London.gov.uk. דערגרייכט דעם 2009-09-05.
  9. סיטי פון לאנדאן פאליסי און רעסורסן קאמיטעט. The Global Financial Centres Index (PDF). cityoflondon.gov.uk. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2009-10-07. דערגרייכט דעם 2009-09-05.