עכו
די אלטשטאט פון עכו, פון דער לופט
מדינה / טעריטאָריע ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°55′43.68″N 35°4′35.03″E / 32.9288000°N 35.0763972°E / 32.9288000; 35.0763972קאארדינאטן: 32°55′43.68″N 35°4′35.03″E / 32.9288000°N 35.0763972°E / 32.9288000; 35.0763972
ראַיאָן צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער שמעון לאַנקרי
הייך 10 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

46,300‏  (שטייענדיג 2010)
3,421 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

עַכּוֹ (אַראַביש: عكا), איז אַ שטאט אויפן ברעק פון מיטלענדישן ים אין דעם מערב גליל באצירק אין צפון פון דעם לאנד ישראל. די שטאט געפינט זיך אין דער צפון זייט פון דעם עכו בוכטע. לויטן ישראלישן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק איז די באפעלקערונג פון עכו געווען 46,300 אין סוף יוני 2010.

עכו איז דערמאנט אין תנ"ך איין מאל, אין שופטים קאפיטל א' פסוק ל"א. זי האט געהערט צום טייל פון שבט אשר. עכו איז אויך דערמאנט אין דער ערשטער משנה פון מסכת גיטין אלס דער צפון גרעניץ פון ארץ ישראל. עכו איז איינע פון די אוראלטע פארט שטעט אין דער וועלט.


צום סוף פון דער צווייטן בית המקדש צייַט, האבן געוואוינט פילע אידן אין דער שטאָט.

באן סטאנציע

רעדאַקטירן

עס איז דא א באן סטאנציע פון ישראל באנען וואס באדינט די שטאט עכו. די סטאנציע געפֿינט זיך אין מזרח פון דער שטאט אויף רמז גאס.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די היינטיגע סטאנציע איז געווארן אויפגעשטעלט אין די אנהייב 1950ער יארן.

אין 2001 האט ישראל באנען איבערגעבויט די סטאנציע, מיט א נייעם פאסאזשירן זאל לעבן דעם פעראן, און אויך געבויט א נייעם פעראן וואס מען קומט צו אים דורך א טונעל.

אין יאר 2001 האט ישראל באנען איבערגעבויט די סטאנציע פון דאס ניי.

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עכו טורמע

עכו טורמע איז געווען א פעסטונג אין עכו, וואס דער בריטישער מאנדאט האט איבערגעמאכט פאר א טורמע, וואס אסאך יידישע פאליטיקער און קעמפער, זענען דארטן געווען ארעסטירט, צוזאמען מיט אראבישע קעמפער, אין די צייטן פון די מאנדאט.

היינט אין ישראל איז די טורמע א שפיטאל פאר גייסטיק קראנקע, און א מוזיי.