טבת איז דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]). חודש טבת ווערט דערמאנט אין פסוק אלס צענטער חודש, "בחדש העשירי הוא חדש טבת" (אסתר ב. טז.).

קביעות - קאלענדאר

רעדאַקטירן

פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז טבת שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]

ראש חודש טבת איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון כסלו, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון טבת, און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון טבת. ס'ווענדט זיך וויפיל טעג ס'איז דער פריערדיגער חודש: כסלו.

דער ערשטער טאג פון חודש טבת קען אויספאלן פינף טעג פון דער וואך: (א ב ג ד ו) זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, פרייטיק.[4]

קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט זונטאג

רעדאַקטירן

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער בש"ה פשוטה אדער בש"ז מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דינסטאג (ד"ה אדער גכ"ה פשוטה אדער גכ"ז מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת זונטאג.

<< >> טבת תשס"ט

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג ד ה ו ז
ח ט י יא יב יג יד
טו טז יז יח יט כ כא
כב כג כד כה כו כז כח
כט

לוח לשנת ה'תשס"ט

אנווייז: יום טוב תענית

קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מאנטאג

רעדאַקטירן

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה הח"א מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.

<< >> טבת תשס"ח

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י יא יב יג
יד טו טז יז יח יט כ
כא כב כג כד כה כו כז
כח כט

לוח לשנת ה'תשס"ח

אנווייז: יום טוב תענית

קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט דינסטאג

רעדאַקטירן

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה כסידרן (ד"ה הכ"ז פשוטה) געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.

<< >> טבת תשע"ב

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג ד ה
ו ז ח ט י יא יב
יג יד טו טז יז יח יט
כ כא כב כג כד כה כו
כז כח כט

לוח לשנת ה'תשע"ב

אָנװײַז: יום טוב תענית

קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מיטוואך

רעדאַקטירן

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער הש"א פשוטה אדער הש"ג מעוברת), ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער זח"א פשוטה אדער זח"ג מעוברת), געפאלט דער ערשטער טאג טבת מיטוואך.

<< >> טבת תשע"א

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג ד
ה ו ז ח ט י יא
יב יג יד טו טז יז יח
יט כ כא כב כג כד כה
כו כז כח כט

לוח לשנת ה'תשע"א

אָנװײַז: יום טוב תענית

קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט פרייטאג

רעדאַקטירן

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה (ד"ה אדער בח"ג פשוטה אדער בח"ה מעוברת) , ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה שלימה (ד"ה אדער זש"ג פשוטה אדער זש"ה מעוברת) געפאלט דער ערשטער טאג טבת פרייטאג.

<< >> טבת תש"ע

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב
ג ד ה ו ז ח ט
י יא יב יג יד טו טז
יז יח יט כ כא כב כג
כד כה כו כז כח כט

לוח לשנת ה'תש"ע

אָנװײַז: יום טוב תענית

דער אינהאלט פון חודש

רעדאַקטירן

דער צירוף פון חודש טבת גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער (סופי תיבות) גדלו לה אתי ונרוממה שמו יחדו[5] (תהלים לד. ז.).

דער מזל פון טבת ווערט אנגערופן גדי.[6]

זעט אויך

רעדאַקטירן

געשעענישן

רעדאַקטירן
  1. עשרה בטבת האט זיך אנגעהויבן די באלאגערונג אויף ירושלים ביים ערשטען בית המקדש
  2. אסתר המלכה איז געווארן קעניגן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. ר"ה ז' ע"א
  2. ר"ה ב' ע"א
  3. רמב"ם קידוש החודש פ"ח ה"ד ה"ה
  4. או"ח תכ"ח ב'
  5. משנת חכמים טבת שבט
  6. ספר יצירה פ"ה


די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')