עקאנאמיק

(אַריבערגעפֿירט פון עקענאמיע)

עקאנאמיק איז אן אפטייל פון דער באגריף ווירטשאפט (שטאמט פון ווערט שאפן) מיינט דעם מענטשנס אקציעס צו שאפן ווערטע מיטלונגען צו דעם מענטשנס באדארפענישן. עקאנאמיק איז די שטודיע וואס שטודירט די עקאנאמיע.

געלט איז א מיטל פון ווירטשאפט

היסטאריע רעדאַקטירן

ביי דער ענדע פון דעם 19טן יארהונדערט האט זיך די ווירטשאפט זייער אנטוויקלט געווארן, צוליב די גרויסע אנטוויקלונג אין טעכנאלאגיע וואס איז דאן געוועזן, וואס האט זייער אנטוויקלט די האנדלונג, באנקעריי, געבוי, פארוויילונג און נאך.

אסאך פון די בארימטע עקאנאמיסטן זענען יידן.

נאך דעם וועלט ווירטשאפט קריזיס אין די אנהייב 1930ער יארן האט דזשאן מיינארד קינס ארויסגעגעבן זיין בוך "די אלגעמיינע טעאריע פון באשעפטיקונג, פראצענט און געלט". דאס איז שפעטער געווארן איינער פון די יסודות פון מאקראעקאנאמיק.

אינטערנאציאנאלע עקאנאמיק רעדאַקטירן

אינטערנאציאנאלע פינאנצעריי איז א פעלד פון מאקראעקאנאמיק וואס באטראכט דעם שטראם פון קאפיטאל אריבער אינטערנאציאנאלע גרענעצן, און וויאזוי דאס באאיינפלוסט די קורסן. צוליב דער היינטיקער גלאבאליזאציע איז פארגרעסערט געווארן דאס האנדל פון גוטער, דינסטן און קאפיטאל צווישן לענדער.

פארבונדענע טעמעס רעדאַקטירן

עקאנאמיק איז איינע צווישן פארשידענע סאציאלע וויסנשאפטן און איז נאענט צו עקאנאמישע געאגראפיע, עקאנאמישע היסטאריע, ענערגיע עקאנאמיק, פאמיליע עקאנאמיק און אנשטאלט-עקאנאמיק.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עקאנאמיק