אומאן

שטעטל אין אוקריינע

אומאַן (אוקראיניש: Умань) איז אַ שטאָט אין צענטראַל אוקראַינע, אויף מזרח פון וויניצע, אין דעם היסטאָרישן מזרח אייראָפּעאישן ראַיאָן פון מזרח פּאָדאָליע. עס איז אַן אינדוסטריעלע שטאָט מיט לערך 81,000 איינוואוינער (2022).

מאפע פון אומאַן אין אוקראַינע
קבר פון רבי נחמן פון ברסלב
סאפיע גארטן אין אומאַן

די דאָזיקע אוקראַיִנישע שטאָט טראָגט גרויס וויכטיקייט פאַר בראַסלעווער חסידות, ווײַל זי פאַרמאָגט דעם קבר פון זיין גרינדער, רבי נחמן פון ברעסלאַוו. דער קבר איז אַ צענטער פון פּילגרים-נסיעות, און אויף ראש השנה ווערט עס באַזוכט פון צענדליגער טויזנטער אידן, אַרייַנגערעכנט פילע וואָס זענען נישט ברעסלאַווער אָנהענגערס.

די שטאָט געפינט זיך אין מערב פון אוקראַינע, צווישן קיעוו און אָדעס. זי איז ווייט פון קיעוו צוויי הונדערט קילאָמעטער, עס דויערט צו פאָרן מיטן קאַר פונעם קיעווער אַעראָפּאָרט ביז אומאַן לערך צוויי און אַ האַלב שעה.

היסטאריע

רעדאַקטירן

דער גרויסער מאַסן־מאָרד

רעדאַקטירן

אין דער שטאָט אומאַן האט פּאַסירט אַ גרויסער מאַסן־מאָרד דורך פויערן און רוצחים וואָס האָבן אויסגעהרגט טויזענטער אידן, מענער, פרויען און קינדער, צוליב דעם וואָס זיי האָבן נישט געוואָלט ווערן קריסטן. געווען איז דאָס אין יאָר ה'תקכ"ח. דעמאָלט איז געקומען אַ גרויסער רוצח און פיינט פון אידן וואָס האט געהייסן גונטא ימ"ש, ער האט געוואָלט זיין קעניג פון אוקראַינע און נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער דעם רוסישן צאַר. ער האט צוזאַמענגענומען אַ סך פּויערים און זיי געהעצט קעגן די רעגירונג, אָבער ווי אין כמעט אַלע צייטן פון איבערקערעניש האָט דאָס זייער שלעכט געווירקט אויף די אידן. די פּויערים זענען געווען גרויסע פיינט פון אידן און אין אַ יעדן שטעטל האָבן זיי גע'הרג'ט די אידישע קינדער מיט מיתות משונות רח"ל, און דערנאָך זיי באַרויבט דאָס געלט.

ווען די אידן פון דער געגנט האָבן געהערט אַז גונטא מיט זיינע פּויערים דערנענטערן זיך, זענען זיי אַלע אַנטלאָפן פון זייערע הייזער און איבערגעלאָזט זייער פאַרמעגן. און אזוי ווי אין אומאַן האט דעמאָלט געוועלטיגט אַ גראַף וואָס האָט ליב געהאַט אידן, האָט זיי געדוכט אַז ער וועט זיי מציל זיין. אָבער דער גראַף האָט אויך מורא געהאַט און דעריבער נישט געוואָלט מלחמה האַלטן מיט גונטא. האָט ער זיך איינגעשפּאַרט אין זיין הויז וואָס איז געווען אַרומגענומען מיט אַ שטאַרקער מויער און קיינעם נישט צוגעלאָזט צו זיך. די אידן האָבן נישט געוואוסט וואָס צו טון, האָבן זיך אַלע אידן פון דער גאַנצער ארומיגער געגנט פאַרזאַמלט אין גרויסן בית המדרש פון שטאָט, זיך צו באַהאַלטן פון גונטאן. עס האָבן זיך געציילט די נפשות וואָס זענען דאָרט געווען איבער דרייסיג טויזענט.

צווישן די אידן פון אומאַן איז געווען אַן ערלעכער איד ר' דוד חזן, אַ באַהאַלטענער צדיק, וועלכער האָט זיך מיט נאך אַ סך מענטשן באַהאַלטן אין אַ הייל. ווען דער רשע גונטא איז אָנגעקומען צום בית המדרש, האָט ער געשטעלט אַ חופּה. אין דער חופּה איז געווען אַ צלם אַ שתי וערב. ער האָט אויסגערופן הויך צו די אידן, ווער עס וועט דורכגיין אונטער דער חופּה און זיך בוקן צום שתי וערב וועט בלייבן לעבן! אָבער פון די אַלע אידן האָט זיך נישט געפונען אפילו איין נפש וואָס איז אַריבער די חופּה. אַלע זענען געבליבן שטיין שטייף אין בית המדרש און נישט געוואָלט אויפטוישן זייער גלויבן מיט קריסטנטום. די גוים זענען זייער בייז געוואָרן און האָבן אנגעהויבן צו הרגענען די אידן. ס’האָבן זיך געפונען צווישן די אידן אַ סך גבורים שטאַרקע לייט וואָס האָבן צוריקגעשלאָגן און געהרגט אַ סך פון די פּויערים, אָבער ווי לאַנג האָבן זיי דען געקענט אויסהאַלטן? די פּויערים האָבן זיך געשטאַרקט און האָבן גערצחט און געהרגט די אידן מיט ביטערע מיתות משונות, זיי האָבן נישט געשוינט קיינעם. מענער, פרויען און אפילו פּיצעלע קינדער זענען אויסגעשחטן געוואָרן ווי שעפּסן און בהמות. די הריגות האָבן גענומען דריי טעג און דריי נעכט, עס האָבן זיך געהערט יאָמערלעכע קולות און געשרייען אינעם גאַנצן שטעטל, אָבער ליידער איז קיינער נישט זיי געקומען צו הילף. דער צדיק ר' דוד חזן מיט זיינע מענטשן וואָס זענען געווען באַהלאַטן אין הייל, האָבן דאָס געהערט, אָבער האָבן גאָרנישט געקענט דערצו טון.

אינמיטן די מאָרדן האָט דער הויפטמערדער גונטא געשריגן פאַרן פּריץ פונעם דאָרף: ״זיי וויסן, איך האָב דיין טאָכטער סאָפיע ביי מיר אין דער האַנט״, און האָט אים געוויזן זיין טאָכטער, ״אויב דו מאכסט נישט אויף דיין טויער, וועל איך זי הרגענען!״ סאָפיע איז געווען די איינציגע טאָכטער פונעם פּריץ און נישט האָבנדיג קיין אַנדער אויסוועג, האָט ער געעפנט די טיר. די פּויערים זענען אַריין אין זיין פּאַלאַץ און האָבן צוגערויבט זיין פאַרמעגן און געלט און נישט געקוקט אויף גונטאס צוזאָג האבן זיי סאָפיען דאָך דערהרגעט. דערנאָך זענען זיי אַנטלאָפן פון אומאַן.

דער פּריץ האָט שפּעטער איינגעפלאַנצט אַן אויסערגעוויינטלעך שיינעם, הערלעכן גאָרטן וואָס איז כמעט נישט אַזוינער, און האָט דעם גאָרטן אַ נאָמען געגעבן סאָפיע נאָך זיין באַליבטער טאָכטער. דאָס איז דער באַוואוסטער סאָפיע גאָרטן.

ווען עס איז געוואָרן שטיל, איז ר' דוד חזן מיט זיינע מענטשן אַרויס פון זייער באַהעלטעניש און עס איז אַנטפּלעקט געוואָרן פאַר זייערע אויגן דער ביטערער אמת: טייכן בלוט האָבן זיך געגאָסן ארום און אַרום. אברים פון מענטשן זענען געלעגן צעשפּרייט, קעפ, הענט און פיס א. ד. גל. דער צדיק ר' דוד מיט זיינע מענטשן האָבן זיך געאיילט און האָבן צוזאַעמענגענומען אַלע אברים און שטיקער פלייש פון איבעראַל. זיי האָבן געגראָבן צוויי טיפע גריבער קבר אחים, און דאָרט באַערדיגט אַלע אברים און שטיקער. פון דעם אַלעם איז געוואָרן די צוויי בערג וואָס מ’זעט היינט אין אומאַן נעבן דעם קבר פון ר' נחמן. עס איז א באַקאַנטער פאַקט אַז נאָך היינטצוטאָג ווען מען גייט אַהין ספעציעל אין ווינטער ווען עס רעגנט און שנייעט, ווערן אַנטפּלעקט דאָרט אייביג עצמות און גלגולת פון מענטשן. די ברעסלבער חסידים געבן אַכט דערויף און באַערדיגן עס נאָכאַמאָל.

דער סוף פון גונטא איז געווען אַז די רוסישע רעגירונג איז געוואויר געוואָרן פון זיינע שטיקעס. דעריבער האָט דער רוסישער מיליטער אים מיטגעטיילט אַז מע איז זייער באצויבערט פון זיינע קענטענישן און וואָס ער טוט, מע וויל אים אויפנעמען אַלס אַ קעניג. מ’האָט געשיקט אַ דעלעגאַציע צו אים. ווען די דעלגאַציע איז אָנגעקומען, האָבן זיי גלייך געהרגט גונטאן מיט זיינע מענטשן.

דער מאַסן־מאָרד ווערט דערמאָנט אין פאַרשידענע היסטאָריע־ביכער, אויך אין ספרים ווי אין ספר שער המלך איז דאָ אַ גאַנצער דרוש און אַ הספד אויף די קדושים, דער שער המלך פאַרציילט אין אַנדערע פּלעצער אין זיין ספר די שרעקלעכע מיתות משונות וואָס זיי האָבן דורכגעמאכט, אַ ביישפיל ברענגט ער, די גוים האָבן גענומען אַ קינד און געזאָגט צו זיין פאָטער: ״דו ביסט א שוחט, דיין קינד איז אַ שעפּסל״, און האָבן געצוואנגען דעם טאטען צו שחטן זיין אייגן קינד און געזאָגט אים: "שחט מיר דאָס שעפּסל" רח"ל. אויך אין ספר שבחי בעל שם טוב שטייט אַז דער בעל שם טוב האָט גערעדט פון זיי און געזאָגט פאַר וואָס עס איז געשען. ס’איז דאָ אַ קינות מיטן נאָמען "מגילת אומאן", וואָס דער צדיק ר' דוד האָט אָפּגעשריבן די גאַנצע מעשה, עס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "ויקונן דוד", מען פלעגט זיך פירן אין אומאַן עס פאָרצולייענען אין די טעג וואָס דער אומגליק האַט פּאַסירט זעקס און זיבען טעג אין חודש פון תמוז.

די משכילים פון אומאן

רעדאַקטירן

די שטאט אומאן איז דעמאלטס געווען א מאדערנע שטאט, אסאך צדיקים האבן זיך געוואלט דארט בעזעסן אבער זיי האבן נישט געקענט, געוואנט האט אין די שטאט די הויפט גרויסע משכילים וואס האבן געוואלט איבער פיהרן די פרומע אידן צו זיין גוים, חייקל הורוויץ מיט זיינע צוויי איידעמער הירש בער הורוויץ, און דער אייניקעל פון דעם גאון דער נודע ביהודה משה לאנדא. זיי זענען אלע געווען תלמידים פון דעם משכיל נפתלי הירץ וויזעל. זיי האבן ביי זיך געהאט דעם ספר פון זייער רבין יין הלבנון אין כתב יד.

נפתלי הירץ וויזעל האט גשריבן דאס ספר יין הלבנן וואס איז געווען א פי' אויף מסכת אבות אבער ער האט דערין אריין געפלאכטן אסאך אפיקורשיסע געדאנגען. זיינע נאכפאלגער האבן געוואלט דרוקן דעם ספר און עס צושפרייטן צווישן אידן, און אזוי אריינברענגען די השכלה צווישן עהרליכע אידן. אין פאקט זענען זיי געווען נאנט צום קעניג פון אוקריינא זיי האבן פארמאגט ספעציעלע שריפטן פון "ניקאליי" אז זיי זענען אויסגערופענע בירגער. ווען ר' נחמן האט זיך אמאל אפגשעטעלט צו וויילן א שבת אין אומאן און די אפיקורסים האבן געהערט אז עס געפינט זיך אצינד א חסידישע רבי האט דער שווער חייקל געזאגט פאר זיינע איידעמער איך וועל גיין אים באזוכן און זען אויב עס איז ווערט מיט זאלן זיך פארהערן מיט אים! חייקל איז אריבער צו דער אכסניא פון ר' נחמן, ווען ער איז אריין געקומען פרעגט אים ר' נחמן וואס וויל א יוד, ענטפערט ער איך האב געהערט אז עס איז געקומען א גרויסער מענטש בין איך אים געקומען מקבל פנים זיין, זאגט אים ר' נחמן א גרויסער מענטש! אט קעגן אים מיר שטייט איין א גערויסער מענטש, ווייל דאן איז פונקט דארט איינגעשטאנען א רוסישער גענעראל, נו פרעגט ר' נחמן פאר וואס גייסטו נישט צו אים ? חייקל איז שטיל געווארן, ווען ער איז צוריק אהיים צו זיין משפחה האט ער זיי געזאגט ער האט טאקע מיך אביסל פארשעמעט אבער איך זע עס איז דא מיט וועמען צו רעדן.

שפעט נאמכמיט זענען די דריי משכילים אריבער צו רבי נחמן, רבי נחמן האט דאן געפראוועט שלוש סעודות מיט זיינע חסידים.


דער קבר פון רבי נחמן מברסלב

רעדאַקטירן

אין דעם שטעטל ליגט ר' נחמן מברסלבס קבר.

ר' נחמן מברסלב האט עטליכע מאל געזאגט ביי זיין לעבן נאך דעם וואס ער ווערט נפטר וויל ער ליגן אין אומאן. דאס ערשטע מאל וואס מען ווייסט איז געווען אין יאהר ה'תקס"ב כ"ח אב ווען ר' נחמן איז געפארן פון זלאטיפאלי וואוינען אין ברסלב, איז ער אויפן וועג דורך געפארן אומאן, ווען ר' נחמן איז דארט געפארן האט ער אפגעשטעלט די וואגן און באטראכט די בית החיים און זיך אנגערופען: "ווי שיין און גיט איז צו ליגען אויף דעם בית החיים" ער איז דאן אראפ פון וואגן און אריין אינעם בית החיים און זיך געשטעלט קוקען דערין, ער האט זיך פארטראכט און געזאגט, דא איז גוט צו ליגען, ער איז דאן אריין אין שטאט און איז געבליבן דארט אויף שבת, ער איז אויף שבת איינגעשטאנען ביי איינע פון זיינע חסידים מיטן נאמען ר' אברהם חיים פון אומאן.

דאס בית החיים איז געווען דער אלטער בית החיים, עס איז שוין אלט געווען, און מען האט שוין דארט נישט געלייגט קיין מתים, נאר אין די נייע, אבער ר' נחמן האט דאך געוואלט ליגן אינעם אלטען בית החיים צוליב די מאסן מארד. ר' נחמן האט געהאלטן אז דאס פלאץ איז זייער הייליג וויבאלד עס איז דארט פארקגעקומן אזא גרויסער קידוש השם אז קיין איין נפש האט נישט געוואלט ווערן א קריסט אלע זענען געבליבן שטייף א איד א גלייבער אין גאט ברוך הוא.


דער קיבוץ פון ברעסלבער חסידים

רעדאַקטירן

יעדעס יאר ראש השנה קומט דארט אהין כמעט אלע בראסלעווער חסידים פון דער גאנצער וועלט צו פראווען יום טוב מיט זייער געשטארבענעם רבי'ן, ווייל ר' נחמן האט געזאגט פאר זיינע חסידים "גאר מיין זאך איז ראש השנה", און ר' נתן מברסלב (דער תלמיד פון ר' נחמן) האט געהאלטן אז ר' נחמן האט געוואלט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה אויך נאך זיין פטירה.

בשעת ר' נחמן האט געלעבט האט ר' נחמן אן א שיעור מאל געזאגט אז ער וויל מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, ער האט זיך אויסגעדריקט אויך ראש השנה מוז יעדער זיין. מען דארף מאכן אט כרוז און זאגט ווער עס וויל מיך הערן זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, אפילו אזעלכע נשמות וואס איז קען נישט העלפן א גאנץ יאהר קען איך העלפן ראש השנה.. ווער עס קומעט צו מיר אויף ראש השנה מעג זיך באמת פרייערן, און מיט א אמת מקיים זיין דעם פסוק וואס גייט ארויף אויף ראש השנה אכלו משמנים שתו ממתקים כי חדות ה' היא מעוזכם. זעלבסט פארשענדליך אז די חסידים האבן זיך צוגעכאפט דערצו, און עס פלעגן קומען אלע חסידים צו ר' נחמן. אין זיין לעצטן יאר פון זיין לעבן ראש השנה שנת ה'תקע"א. זענען זיך צוזאמען געקומען צו אים איבער טויזענט אידן.

ווען ר' נחמן איז נפטר געווארן האבן כמעט אלע חסידים {פֿעלט אַ מקור} און גרויסע תלמידים פון ר' נחמן פארשטאנען אז מען זאל אנהאלטן דעם מנהג מט קומען ערב ראש השנה מתפלל זיין אויף זיין ציון, און דאווענען צוזאמען אין ראש השנה. די תלמידים ווי ר' נתן מברסלב, ר' יודל ממעדווידעווקא, ר' שמואל אייזיק פון דאשיוו, ר' שמעון, ר' נפתלי, ר' יצחק מחארשיוואטע, דער טיהוויצער'ס מגיד קינדער און אייניקלעך, אלע האבן אזוי אהנגענומען. און אזוי האט זיך אויסגעפארעמט דעם מנהג ביי ברסלבער חסידים אז יעדעס יאהר גייט מען צום ציון פון ר' נחמן אין אומאן.

אין די שפעטערע יארן, ווען דער קאמוניזים האט זיך אויסגעשפארייט און עס איז נישט מעגליך געווען צו קומען, האבן די פולישע ברסלבער חסידים געמאכט א קיבוץ אויף ראש השנה אין לובלין, און נאכן צווייטן וועלט קריג. ווען מען האט בכלל נישט געקענט פארן קיין אומאן האט זיך אויסגעשטעלטע אז צווישן די ברסלעווער חסידים, איז דא אזעלכע וואס האלטן אז היינט צו טאג מוז די זאמלונג (קיבוץ) מוז נישט זיין דווקא ביי ר' נחמן'ס קבר.

  • די נ נח (תלמידים פון ר' ישראל בער אדעסער) טענה'ן אז ר' נחמן קומט אויף ראש השנה צום קבר פון ר' ישראל בער וואס איז באגראבן אין הר המנוחות אין ירושלים. און זיי שטעלן דארט אויף א ריזיגע געצעלט צו דאווענען.

אין אומאן איז פלאצירט דער סאפיע גארטן.

דער קלויז

רעדאַקטירן

דער קלויז איז דער גרעסטער מנין אין אומאן וואו עטליכע טויזנטער אידן דאווענען דארט אָן קיין ספעציפישן רב וואס פֿירט עס. עס איז במשך פון די יארן כסדר פארגרעסערט געווארן און באשטייט יעצט פון א ריזיגן בית המדרש מיט א גאלעריע וואו מען קען אראפקוקן און מיטהאלטן די תפלות פון אויבן.

עס דאווענען דארט פארן עמוד אידן מיט חזקה שוין פאר לאנגע יארן און די פאקטישע ווירטשאפט ווערט געפירט דורך ברעסלעווער חסידים פון ירושלים.

ביים קלויז געפונט זיך דער פראוויזארישער שפיטאל וואס ווערט יערליך אויפגעשטעלט פארן געברויך פון הונדערטער מענטשן, און אויך ברענגט מען דארט אפ אלע פארלוירענע רענצלעך וואס מענטשן פארלירן אין די קיעווער אדער אדעסער לופטפעלדער.

דער היינטיגער קיבוץ

רעדאַקטירן

למעשה געפונט זיך אין אומאן ראש השנה אסאך מנינים וואס דאווענען נישט ביים קלויז.

א) קוליקה די נייע קלויז
ב) דער תימן'ער מנין ביים ציון
ג) דער ספרדישער מנין אינדרויסן פון ציון
ד) דער מנין פון שיינער
ה) חסידי אליעזר שלמה שיק ז"ל
ו) קרי' נאמנה בראשות רבי יעקב מאיר שעכטער
ז)דער בית המדרש לספרדים אונטערן קלויז
ח) ר' אברהם יצחק מערמעלשטיין
ט) דער סאטמארער מנין
י) דער וויזשניצער מנין
און נאך צענדליגע קליינע מנינינים

אין תשע"ח האט זיך דער חסידישער קלויז זיך צעטיילט, היות רוב ברעסלאווער רבנים זענען ארויסגעקומען קעגן אליעזר בערלאנד, און זיי האבן נישט געוואלט דאווענען צוזאמען מיט אים אין דעם זעלבן מנין, האבן זיי געענפנט א נייעם קלויז. "קוליקה די נייע קלויז"

וועבלינקען

רעדאַקטירן