יוסי געשטעטנער

(אַריבערגעפֿירט פון יוסף געשטעטנער)

יוסף "יוסי" געשטעטנער (געבוירן אייר תשמ"ה) איז אן אמעריקאנער חרדישער אקטיוויסט מעדיע קאָמענטאַטאָר און פאליטישער סטראַטעגיסט וואָס האָט געגרינדעט די OJPAC ארגאניזאציע.‏[1]

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

געשטעטנער איז געבוירן אין ברוקלין, ניו יארק. ער האט געלערנט און איז נתחנך געווארן אין די וויזשניצער מוסדות און אין דער נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקא און אין דער וויענער ישיבה אין וויליאמסבורג.

געשטעטנער האט חתונה געהאט און וואוינט אין דער שטאָט מאָנסי.

מעדיע קאַריערע

רעדאַקטירן

אין 2005 האָט ער אָנגעהויבן שרייבן אַ פּאָליטיק־קאָלום פאר דער בלאט ביז 2011. אין 2020 האט ער אָנגעהויבן שרייבן זיין וועכנטליכער קאלום "אבזערוואציעס" אין מאמענט. נאך ארום צוויי יאר שרייבן דעם קאלום אין מאמענט, האט ער דאס אויפגעהערט.

במשך 2007, האט ער אנגעהויבן בראָדקאַסטן פּאָליטישע און ביזנעס נייעס און אנאליזן אויף קול מבשר, און ער דינט ווי אַ רעפּאָרטער און פּאָליטישער און עקאָנאָמישער קאָמענטאַטאָר.

אין די יו.עס. פּרעזידענטליכע וואַלן אין 2016, האט געשטעטטנער פארגעשאצט אין די פריערע סטאַגעס פון די פריימערי וואַלן אַז דאנאלד טראַמפּ'ס שאנסן צו געווינען זענען הויך פאַרקערט ווי די שאצונג פון רובֿ עקספּערטן.‏[2]

טעטיקייט

רעדאַקטירן

אין פעברואר 2013 האָט געשטעטנער געגרינדעט די OJPAC ארגאניזאציע, וואָס צילט צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם און העצע קעגן דער חרדישער פובליק אין דער מידיע. אין דעם קאָנטעקסט, ערשיינט ער אפט אין דער אַלגעמיינער מידיע אין די פאַרייניגטע שטאַטן צו ערקלערן און פאַרטיידיגן דער חרדישער וועג פון לעבן און צו קעמפן קעגן אַקטיוויסטן און גרופּעס וואָס פרובירן צו שטערן און ענג מאכן דער פרומער ציבור.‏[3]

ער האט אויך געדינט ווי אַ פּאָליטישער סטראַטעגיסט און ראטגעבער אויף היגע און נאציאנאלע פּאָליטישע קאַמפּיינס.

ביי די 2016 יו. עס. פּרעזידענטליכע וואַלן האט געשטעטנער (אויף די פאַרבעטונג פון טראמפּ'ס שטאב) אָרגאַניזירט אַ זיצונג פון פובליציסטן און מיינונג פירער מיטן פּרעזידענטליכע קאַנדידאַט דאָנאַלד טראַמפּ אין די טראַמפּ טאַוער אין מאנהעטן.‏[4][5]

אין 2010 האָט ער געמאלדן זיין אינטערעס צו לויפן פאר דער 17טער שפּעלטל אין קאנגרעס, וואָס רעפּרעזענטירט א טייל פון ניו יארק שטאַט, אָבער עווענטועל האָט ער צוריקגעצויגן פון זיין פלאן, צווישן אַנדערע זאַכן, נאָכדעם וואָס פילע גע'טענה'ט אז עס איז נישט מעגליך פאר א חרדישער איד צו ווערן ערוועלט אין אזא שטעלע און פֿאַר געהאלט סיבות.‏[6]

אין די לעצטע יאָרן האָט ער זיך בעיקר קאָנצענטרירט אויף ביזנעס קאַנסאלטינג פֿאַר ביזנעסער און מענטשן.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן