לוד
|
לוד (אַראַביש: اللد אַל-לוד) איז א שטאָט אין דעם צענטער דיסטריקט פון ישראל. זיין שטח איז גרויס 12,226 דונאם. ס'האט מיט זיך אסאך היסטאריע, לויטן סטאטיסטיק דעפארטמענט (צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין לוד 66,600 איינוואינערס. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0 פראצענט. רוב זענען אידן. אבער ס'איז דא אסאך שלעגערייען צווישן די אראבער מיט זייערע שכנים, ס'איז באוויסט אלץ די קעפיטאל פאר דראג'ס, מ'שלאגט זיך דארט אפילו די פרומע מיט זייערע בתי מדרשים.
די שטאט האט נישט קיין געוויילטן שטאטראט, נאר א קאמיטעט באשטימט פון דער רעגירונג. דער פארזיצער איז מאיר ניצן.
לעבן לוד געפינט זיך בן גוריון פליפעלד, דאס גרעסטע אינטערנאציאנאלע פליפעלד אין ישראל.
לוד ווערט גערעכנט איינע פון די עלטסטע שטעט אין דער וועלט.
געאגראפיע
רעדאַקטירןדי שטָט לוד ליגן אין דעם צענטער פון א טאל, באקאנט אלס דער אונו טאל אָדער "שפלת לוד" אין דעם לשון פון דער משנה. רובֿ פונעם טאָל איז פלאך, אָבער נישט אינגאנצן גראד אזוי קען דאס רעגנוואסער אפרינען אין דעם אילון טייך.
אוראלט לוד ליגט בײַם דרום ברעג פון נחל אילון, בשעת מאָדערנער לוד פאשפרייט זיך נאך מער דרום. אזוי ווי לוד ליגט אין א טאָל אָן נאַטירלעך שוץ, איז ער געווארן זייער גרינג צו ווערן אײַנגענומען.
געשיכטע
רעדאַקטירןלוד איז שוין באזעצט געווארן אין אוראלטע צייטן, און איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין לאנד, וואו עס האט נישט אויפגעהערט א יישוב פון מענטשן. מען האט געפינען איבערבלייב פון א יישוב אין דער נייער שטיין עפאכע. פון דעם איבערבלייב ווײַזט אויס אז די באוואוינער פון לוד אין יענע צייטן האבן געוואוינט אין הייזער געמאכט פון ליים און געארבעט די ערד מיט מעטאַלע געצייַג. די הויפט פראדוקטן וואס זיי האבן געוואקסן זענען ווייץ, גערשטן און לינזן. אין דערצו, האבן זיי געהאלטן סטאדעס פון שאף.
לוד איז שפעטער געווארן דער גרעסטער און מערסט אנטוויקלטער יישוב אין דעם געגנט.
שטאט עמבלעם
רעדאַקטירןדעם שטאט עמבלעם האט געפלאנעוועט דער אַרכיטעקט און אינזשעניר וואָלף פּעווסנער. דער עמבלעם איז כּולל עטלעכע מאטיפן:
- צוויי מאַסלינע צווייגן - סימבאליזירט די פילע מאַסלינע וועלדלעך וואָס זענען געווען אַ וויכטיקן באשטאנדטייל פון דער שטאָט'ס עקאנאמיע אין דער פאַרגאַנגענהייַט.
- דער פסוק "ושבו בנים לגבולם" און די קינדער וועלן אומגעקערן צו זייער גרענעץ (ירמיהו קאפיטל לא, טו) סימבאליזירט א שטאט וואס נעמט אויף אימיגראנטן.
- אן אַנטיקער טויער - אַ סימבאָל פון דער שטאט'ס לאנגע היסטאריע.
- א געאקערט פעלד - סימבאליזירט די לאַנדווירטשאַפטלעכע סביבה וואו די שטאָט ליגט.
- א גרויסער בוים.
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןזעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינק
רעדאַקטירן- לוד מוניציפאליטעט וועבזייטל (ארכיווירט 12.12.2011 ביי דער Wayback Machine)
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר יעקב | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | דלית אל כרמל | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |