מען קען ליינען און אפילו רעדאקטירן בלעטער פון וויקיפעדיע ווען מען איז נישט איינגעשריבן. אבער ס'איז כדאי זיך איינשרייבן אין וויקיפעדיע (אויבן אויפן לינקן ווינקל באמערקט: "איינלאגירן זיך/איינשרייבן"). ווען איר שרייבט זיך נישט איין, איז אלע אייערע שרייבעכצער הגהות און מעקונגען דאקומענטירט, אין די געשיכטע פון ארטיקל בלאט, און אין די לעצטע ענדערונגען בלאט פונעם סיסטעם, אונטער אייער איי.פי. אדרעס. אבער אויב איר שרייבט זיך איין וועט קיינער נישט וויסן די אדרעס פון אייער קאמפיוטער נאר אייער נאמען, מען קען זיך מאכן פילע נעמען.

די אויפטוען זענען ווי פאלגענד:

  1. נאר אזוי קענט איר באקומען און שיקן פריוואטע אימעיל פאר אנדערע באנוצער.
  2. נאר אזוי קענט איר ארויפלאדענען בילדער און פיילס אויפ'ן וויקיפעדיע, כדי דאס נאכדעם ארויפשטעלן אויף אייער ארטיקל.
  3. באוועגן ארטיקלן.
  4. אויפפּאסן; נאכצוגיין דעם ארטיקל דורך דאס אריינשטעלן אין א ליסטע פון ארטיקלן וועלכע געפעלט אייך, און איר ווילט טשעקן פון צייט צו צייט צי איינער האט משנה געווען פאקטן אדער שפראך.
  5. קיינער וועט נישט זעהן אייער איי.פי. אדרעס.
  6. ענדערן די הויפט זייט פון וויקיפעדיע.
  7. שטימען אין די וואלן בלאט.
  8. אבער איבערהויפט אז מען קען רעדן צו אייך אין רעדן בלאט, אן איי. פי. אדדרעס טוישט זיך פון צייט צו צייט און אלע רעדן ווערט פארלוירן.
הילף אינהאַלט



אויב איר זעהט איינער שרייבט מיט זיין אייפיי אדרעע לאדענט אים אן דא זיך איינשרייבן דורך ארויפלייגן דעם מוסטער {{איינשרייבן}} און שרייבט אייך אונטער אויף דעם איינלאדענונג. דאס וועט אויסזעהן אזוי:

א גרויסן דאנק פאר'ן זיך מיטטיילן אין דער יידישער וויקיפעדיע. די חברים דא וועלן זיך פרייען אויב איר וועט זיך איינשרייבן געהעריג און זיך מאכן א באנוצער נאמען. צוליב דעם וואס עס וועט אייך זיין לייכטער צו שרייבן און אויסארבעטן ארטיקלען, און וועט פארבעסערן די צוזאמענארבעט פון דער יידישער וויקיפעדיע.

מיט פיל דאנק.