די מנורה איז א יידישע סימבאָל. עס איז דער נאמען פֿון דעם גאלדענעם לייכטער מיט 7 רערן וואס מען האט געצינדן יעדן טאג אויל-ליכט אין בית המקדש.

די מנורה סטאטוע פֿאר דעם כנסת אין ירושלים.

די מנורה אין חומש

רעדאַקטירן

דער חומש אין ספר שמות ברענגט אז מען האט געמאכט די מנורה פארן משכן פון א ככר געוויכט פון ריינעם גאלד. די מנורה האט געהאט א מיטלן ראר מיט דריי צווייגן אין יעדער זייט. יעדער ראר איז געווען געשאפן מיט א קנעפל, א בלימל און פיר בעכערס.

אידן צינדן חנוכה א חנוכה מנורה א זכר צום נס חנוכה וואס האט פאסירט אין די צייטן פֿון די חשמונאים.