יואל טייטלבוים

גרינדער און פירער פון דעם סאטמארער חסידות
רבי יואל טייטלבוים
האדמו"ר מסאטמאר וגאב"ד העדה החרדית בירושלים
ר' יואל טייטלבוים, ה'תשי"ח
ר' יואל טייטלבוים, ה'תשי"ח
עיקר חיבור ויואל משה
געבורט י"ז טבת תרמ"ז
סיגעט, עסטרייך-אונגארן
פטירה כ"ו אב ה'תשל"ט
קבורה ארט בית החיים אין קרית יואל
חסידות סאטמאר
הויף ארט וויליאמסבורג, ברוקלין ואחריו בקרית יואל
נומער אין דינאסטיע 1
נאכפאלגער רבי משה טייטלבוים
ספרים ויואל משה - דברי יואל ועוד
פאטער חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים
מוטער חנה אשכנזי
ווייב1 חוה הורוויץ
קינדער1 חיה רויזא, רחל, אסתר
ווייב 2 אלטא פייגא שפירא

רבי יואל טייטלבוים (גערופן: ר' יואליש, י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979) איז געווען דער גרינדער און פירער פון דעם סאטמארער חסידות. דער מחבר פון די ספרים "ויואל משה" און "דברי יואל". ברייט באקאנט מיט זיין ראדיקאלע אפאזיציע צו ציוניזם און צו דער אגודת ישראל. האט ערפילט א צענטראלע שטעלע ביים צוריקשטעלן דעם חרדי'שן אידנטום , נאכ'ן דורכגיין דעם ביטערן חורבן אייראפע.

רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אינאיינעם מיט מעיאר ראבערט וואגנער.
דער ברך משה אין די אינגערע יארן מיט זיין פעטער דער סאטמארער רבי
קבר פון רבי יואל טייטלבוים מיט רביצין אלטע פייגא טייטלבוים אין קרית יואל

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין סיגוט, וואס איז דאן געווען באהערשט דורך דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע (היינט אין רומעניע) י"ז טבת תרמ"ז, צו זיין גרויסן פאטער רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים בעל ״קדושת יום טוב״ און צו זיין מוטער מרת חנה, די טאכטער פון רבי יואל אשכנזי פון זלאטשאוו.

דער יחוס פון די טייטלבוים משפחה ציעט זיך ביז דעם גרויסן רבי פון חסידים, רבי משה טייטלבוים זצ"ל פון איהעל באקאנט אלס דער "ישמח משה". דער ישמח משה האט געשטאמט פון פשעמישל, גאליציע, און איז ערשט געווען א מתנגד, שפעטער איז ער געווארן א חסיד און א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין אונטער דער השפעה פון זיין איידעם, ר' אריה לייביש ליפשיץ, דער אריה דבי עילאי. דער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט געבן קמיע'ס וואס מ'האט דערמיט געזעהן גאר וואונדערליכע זאכן, אפי' די ארומיגע גוים האבן געוואוסט דערפון.

ווען דער ישמח משה איז נסתלק געווארן אום כ"ח תמוז ה'תר"א האבן זיינע קינדער נישט מצליח געווען אנצוהאלטן דאס רבנות אין איהעל צוליב דער ארטיגער שטארק מתנגדישער קהילה. זיין איינציגער זון רבי אלעזר ניסן טייטלבוים איז געווען א שטארק צוריקגעצויגענער און שארפער מענטש, נאכן זיין רב פאר א קורצער וויילע אין סיגעט האט ער צוליב שטרייטן מיט די קאסאווער חסידים זיך אריבערגעצויגן קיין דראהאביטש, די היים שטאט פון זיין פרוי מרת רוזא בלימא, די טאכטער פון ר' אהרן פון חאדאראוו (לעבן דראהאביטש), אין מזרח גאליציע, און פאקטיש ממלא מקום געווען זיין שווער, וואו ער איז געווען דארט רב ביז זיין פטירה שבת תשובה תרט"ו.

דער עלצטער זון פון ר' אלעזר ניסן איז געווען ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער ייטב לב, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה דוד אשכנזי ז"ל פון טאלטשאווע און שפעטער ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין צפת.

דער ייטב לב, נאכן זיין רב און פארשידענע קהילות אין אונגארן און אין גאליציע, איז ער אין יאר תרי"ח אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא פון דער גרויסער שטאט סיגעט, וואו דאס רבנות איז אנגעהאלטן געווארן ביי זיינע קינדער און אייניקלעך ביזן חורבן אייראפע ביים צווייטן וועלט קריג.

נאך זיין הסתלקות אין יאר תרמ"ג האט ממלא מקום געווען דער צווייטער זון ר' חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים זצ"ל, דער מחבר ספר קדושת יום טוב.

דער קדושת יו"ט איז נסתלק געווארן כ"ט שבט ה'תרס"ד. ער האט איבערגעלאזט צוויי זין, דער בכור ר' חיים צבי טייטלבוים באקאנט אלס דער עצי חיים, ער האט ממלא מקום געווען דעם טאטען אלס רב אין סיגעט, ער איז געווען דער פאטער פון דעם צווייטער סאטמארער רבי דער ברך משה. דער יונגערער זון איז געווען ר' יואל.

זיינע יונגע יארן

רעדאַקטירן
 
ר' יואל אין דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב

ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. ער האט חתונה געהאט אין יאר תרס"ד, ממש פאר זיין פאטערס הסתלקות, מיט דער טאכטער פון רבי אברהם חיים הורוויץ ז"ל, דער פלאַנטשער רב, א ראפשיצער און דזשיקאווער אייניקל. אויך זענען זיי געווען קוזינען ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' משה'לע ראזוואדאווער איז געווען איין איידעם ביים ייטב לב.

ער איז געזעסן געציילטע יארן אויף קעסט ביי זיין שווער אין ראדאמישל, פוילן, בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויך געדרייט ביים בעלזער רב רבי ישכר דוב רוקח זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין אונגארן און זיך באזעצט אין דער שטאט סאטמאר אין זיבנבערגן, וואו ער האט געדאווענט אין זיין אייגענעם ביהמ"ד מיט א שיינע קבוצה חסידים.

ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטן זיווג דריי טעכטער, אלע דריי זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײ זיין לעבן. נאך זייענדיג אין ארשעווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אומפארהייראט, און זי איז געווארן באערדיגט אין סאטמאר. די צווייטע טאכטער האט געהייראט ר' זלמן לייב טייטלבוים (דעם זון פון זיין ברודער דער „עצי חיים") דער לעצטער רב פון סיגעט פארן קריג. זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלסטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט זיין שוועסטער זון, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זון פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט[פֿעלט אַ מקור], זי ליגט אין טבריה.

אין יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א הארץ קראנקייט, זי ליגט אין סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטע פייגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל א יתומה, פון טשענסטכאוו, פוילן. איר פאטער רבי אביגדור שפירא ז"ל, וואס האט שוין נישט געלעבט, איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטכאוו, אן אייניקל פונעם שרף פון מאגלניצא (וואס איז געווען אן איידעם פון דעם מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. רבי יואל איז אריבערגעפארן קיין טשעבין לעבן קראקע, ווי די חתונה איז פארגעקומען, דער מסדר קידושין איז געווען הגאון דער טשעבינער רב. די רביצין אלטע פייגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז נפטר געווארן אין יאר תשס"א, און זי ליגט לעבן איר מאן אויפ'ן בית החיים אין קרית יואל.

זיין רבנות

רעדאַקטירן
 
ר' יואל באגריסט זיך מיטן ראמענישן קייסער קאראל דער דריטער, 1936.

בעת ער האט געוואוינט און סאטמאר אלס אינגערמאן, נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רב רבי יהודה גרינוואלד, בעל "שבט מיהודה", איז געווען די רעדע אים אויפצונעמען פאר מרא דאתרא, אבער עס איז נישט געקומען לידי מעשה.[פֿעלט אַ מקור] נאך אפאר יאר זיצן אין סאטמאר האט ער אנגענומען זיין ערשטע רבנות פאסטן אין דער שטאט ארשעווע, א קליין שטעטל אין קארפאטארוס, לעבן מונקאטש, וואו ער האט אויך געפירט א ישיבה.

אין יאר תרע"ה ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן פון ארשעווע און געפליכטעט צוריק קיין סאטמאר וואו ער האט געוואוינט דארט 6 יאר ער האט געהאט דארט זיין אייגן ביהמ"ד וואס מען האט גערופן "דער ארשעווער ביהמ"ד" און פילע אידן פון סאטמאר האבן זיך באהאפטן צו איהם, אויך איז ער געווען שטארק נאענט מיטן ארטיגן רב ר' אליעזר דוד גרינוואלד, וואס האט אים שטארק געשעצט. אין יאר תרפ"א איז ער צוריקגעפארן קיין ארשעווע.

אין יאר תרפ"ד האט ער פארלאזט ארשעווע און אנגענומען דעם רבנות פאסטן און מיטגעברענגט זיין ישיבה אין דער שטארק חסידישער שטאט קראלי, זיבנבערגן, רומעניע, ביים גרעניץ פון אונגארן, ער האט ממלא מקום געווען הרב שאול בראך זצ"ל וואס איז דאן געווארן רב אין קאשוי (היינט סלאוואקיי). דארט אין קראלי האט זיך ר' יואל ערווארבן צו זיין איינע פון די גרעסטע חסידישע מנהיגים און אייראפע, פילע חסידישע אידן האבן אנגעהויבן זיך צו באהעפטן צו אים. ר' יואל האט שפעטער געזאגט אז זיינע בעסטע יארן איז געווען אין קראלע וואו ער האט געהאט א פארהעלטענמעסיג קליינע קהלה מיט מינימאלע שטערונגען און אין רוחניותדיגע ענינים האט מען נישט געדארפט קיין סאך טוען ווייל דער פריערדיגע רב האט אלס אוועקגעשטעלט ווי עס ברויך צו זיין און ער האט געקענט רואיג זיצן און דינען דעם אייבישטן.[פֿעלט אַ מקור]

און יאר תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, ר' אליעזר דוד גרינוואלד, דער "קרן לדוד", און דאן איז ווידער ערוועקט געווארן די געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל אלס ארטיגער רב, ר' יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגער און חסידים, נאך געציילטע יארן פון צאנקערייען מיט די ארטיגע אשכנז'ישע איינוואוינער וואס זענען נישט געווען איינשטימיג צו זיין אויפנאמע, וואס דאס האט געפירט צו אפהאלטן צוויי מאל וואלן און צוויי דין תורות ווי ר' יואל האט אלס געזיגט, האט ר' יואל פארלאזט קראלי און אריבערגעקומען זיך באזעצן אין שטאט אין יאר ה'תרצ"ד, זעקס יאר נאכן הסתלקות פון לעצטן רב.

סאטמאר איז א גרויסער באוואוינטער צענטער שטאט ווי עס האבן געוואוינט טויזענטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן. דארט אין סאטמאר האט ר' יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ר' יואל איז געווען דארט רב ביז'ן חורבן אייראפע, ווען מ'האט אום חודש ניסן ה'תש"דקאנצעטרירט די סאטמארער אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט קיין אוישוויץ הי"ד.

ביים צווייטן וועלט קריג

רעדאַקטירן

בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האט ער קודם פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם רומענישן גרעניץ, וואס איז נישט געווען אונטער די דייטשע אקופאציע, ער מיט נאך א קליינע צאל אידן זענען אין גרויס געהיים געפארן פארשטעלט אין א רויטער קרייץ לאסטאויטא פון סאטמאר קיין קלויזענבורג, א וועג פון בערך 3-4 שעה, אנקומענדיג אהין און מיטן נאכט ביים גרעניץ האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד וואס האט געדארפט אנצייגן די וועג אריבער דעם גרעניץ און פארהאנדלן מיט אן ארטיגן גוי וואס האט געוואוינט ביים גרעניץ, אט דער איד איז ארונטערגעבליבן און איז נישט מיטגעקומען, צוליב פרעמדע אידן וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און מיטן די טימעלניש איז דער איד נישט מיטגעקומען, דער פירער פונעם טראק האט מיט רעגעניש זיי אלע אראפגעווארפן פונעם טראק שיצלאז אינמיטן דער פרייער גאס, ווי יעדער איז זיך צולאפן. די אלע אידן צוזאמען מיט רבי יואל האבן די געסטאפא געכאפט און ארעסטירט און דערנאך זיי אריינגעשיקט און דער קלויזענבורגער געטא.

נאכן זיצן אפאר וואכן אינעם קלויזענבורגער געטא, און די דייטשן האבן אנגהויבן צו דעפארטירן די קלויזענבורגער אידן קיין אוישוויץ, האבן זיינע חסידים איבער די וועלט אנגעהויבן צופארארבעטן איהם ווי אמשנעלסטן ארויסצוראטעווען איידער מ'דעפורטירט איהם, און מיט שווערע אינטערווענצן פון שוחד און שתדלנות איז געלונגען אריינצושטעלן איהם מיט זיין פרוי מרת אלטא פייגא און זיין גבאי ר' יוסף אשכנזי, און א ספעציעלע באן קיין בודאפעסט מיט בערך 2000 אידן וואס א געוויסער ציוניסטישער אקטיוויסט רודאלף קאסטנער מיטן היופט עס עס אדאלף אייכמאן האבן פארהאנדלט אפצוראטווען פאר שווערע געלטער, גאלד און צירונגען זיי צו ארויספירן קיין שווייץ.

כאטש ער (קאסטנער) האט נאר געוואלט ראטעווען אונגארישע ציוניסטן מיט דער באן, וואס איז געפארן אויף דער שווייץ, דאך האט ער מיט געלאזט אפאר רעליגיעזע אידן און צווישן זיי דער סאטמארער רבי רבי יואל פאר אסאך געלט וואס איז צאמגעשטעלט געווארן דורך זיינע חסידים און סימפאטיקער איבער דער וועלט.

אויפן וועג איז די באן פארדרייט געווארן דורך די דייטשן צו בערגן בעלזן וואו זי איז געבליבן פיר מאנאטן צוליבן אויסרייד אז מען האט נישט אויסגעצאלט די גאנצע צוגעזאגטע געלט, און עס האט 2 מאל געהייסן אז מ'פארקירעוועט דעם באן קיין אוישוויץ צו פארניכטונג, אבער נאך גאר אינטענסיווע פארהאנדלונגען און גרויסע געלטער וואס איז אפגעשיקט געווארן פון אמעריקע איז ר' יואל מיט די איבעריגע אידן אריבער קיין שווייץ אום כ"א כסלו תש"ה .

סאטמארער חסידים גלייבן אז די סיבה פארוואס קאסטנער האט אים מיטגענומען איז צוליב א חלום וואס קאסטנער'ס שווער האט געהאט וואס זיין מאמע קומט אים אין חלום אז אויב דער רבי וועט נישט זיין אויפן באן, וועט קיינער נישט איבערלעבן.

אין אמעריקע

רעדאַקטירן

ער האט געוואוינט פאר א שטיק צייט נאך דער מלחמה אין ירושלים (פון אינמיטן יאר תש"ו ביז אינמיטן תש"ז) אוואו ער האט אויפגעשטעלט די סאטמארע מוסדות "יטב לב" וואס דאס האט אים אריינגעפירט אין שווערע חובות וואס ער האט נישט געהאט פון ווי צו באצאלן, דערפאר איז ער געווארן געצוואונגען אונטערצונעמען א רייזע קיין ניו יארק, אמעריקע, וואס איז פון אנפאנג געווען געפלאנט נאר אויף א קורצע צייט, בלויז צו דעקן די חובות, אבער אין די ענדע איז ער איבערגעצייגט געווארן דורך עטליכע חסידים זיך צו באזעצן דארט, דערפאר האט ער זיך דארט באזעצט אין איז געבליבן וואוינען אין ניו יארק. קודם האט ער זיך באזעצט אין דער איסט סייד געגנט און דערנאך אין וויליאמסבורג, וואו ער האט געגרינדעט די ברייט פארצווייגטע תורה אימפעריע וואס רופט זיך אונטערן נאמען "סאטמאר", וואס טוט אריינרעכענען: די קהילה קהל יטב לב (בתי מדרשים, מקוואות, בתי הוראה, מצה בעקעריי, בתי חיים און נאך) און די מוסדות וואס ווערט גערופן ישיבה תורה ויראה ובית רחל (תלמוד תורה פאר אינגלעך, ישיבות פאר אינגערע און עלטערע בחורים, בית חינוך לבנות, זומער קעמפ'ס). ווי אויך די "התאחדות הרבנים", און מערערע מוסדות צדקה וחסד, וואס זענען צעשפרייט געווארן איבער דער גאנצער וועלט.

דער רבי זי"ע איז אויך געווען דער גאב"ד עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק ת"ו. סוף ימיו האט דער רבי געגרינדעט דאס שטעטל "קרית יואל," אין ניו יארק לשמו ולזכרו, און דארט איז ער אויך נסתלק געווארן לחיי העולם הבא ביום כ"ו אב תשל"ט, ושם מנ"כ.

נאך דער פטירה פון הרב זעליג ראובן בענגיס ז"ל ירושלימער רב אין יאר ה'תש"ח האט אים די עדה החרדית אויפגענומען אלס רב פון ירושלים און ער האט אנגעהאלטן דעם טיטל ביז זיין פטירה, אבער ער איז דאך געבליבן וואוינען אין אמעריקע פון ווי זיין גרויסער השפעה האט געטון דערגרייכן ביז קיין ארץ ישראל, און בלויז עטליכע מאל האט ער באזוכט אין ארץ ישראל.

עס איז אנגענומען ביי א סאך נייטראלע אבזעווירער, אז דעם סאטמערער רב אינאיינעם מיט רבי אהרן קאטלער קומט בעיקר צו פארדאנקען פארן אויפשטעלן יודישקייט אין אמעריקא. אין די ערשטע יארן פלעגן די מאדערנע יודן אנרופן איינעם וואס איז א פרומער אזוי אין דער אלטער היים - "א סאטמארער".

ער איז אויך געווען א גאון עולם אין א קדוש ישראל ווי טויזנטער אידן זענען געהאלפען געווארן מיט ישועות ביי אים אין ער האט זיך ערווארבן דעם טיטל "צדיק הדור".

אויך האט ער אינאיינעם מיט זיין רביצין מרת אלטע פייגא געגרינדעט אסאך וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס ווי ביקור חולים, רב טוב, און קרן הצלהת אין די שפעטע יארן פון זיין לעבן האט ער געגרינדעט דאס פרומע שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. וואו ער איז געווען דער ערשטער באגראבן צו ווערן אינעם ארטיגן בית עולם.

ביי זיין לויה האבן זיך באטייליגט איבער 100,000 באגלייטער.

זיין השקפה

רעדאַקטירן
 
ביי איינע פון די פילע פראטעסטן קעגן ציונות מיט זיין נעפע דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי ר' משה טייטלבוים

רבי יואל טייטלבוים האט זיך געשטעלט כמעט איינער אליין צו קעמפן קעגן די ציונים, וואס האבן געגרונדעט א אידישע ממשלה פאר ביאת המשיח, און דער רבי האט לוחם געווען קעגן אנטיילנעמען אין זייער רעגירונג אין ארץ ישראל, קעגן גיין צו די בחירות צו זייער שלטון , קעגן זייערע גזירות נגד הדת, קעגן זיך פרייען מיט זייערע נצחונות און קעגן נעמען געלט פון זייער קאסע. זיין קאמף, וואס ער האט גע'חזר'ט אין זיינע הונדערטער תורה'ס, זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה און טיב לבב.

וואס צדיקים האבן געהאלטן אויף אים

רעדאַקטירן

כ"ק אדמו"ר רבי יאנקעלע מפשעווארסק זצ"ל האט געזאגט בשם זיין שווער רבי איציקל זצ"ל: "אין אונזער דור איז נישטא נאך איינער וואס זאל זיך אזוי מבזה זיין פאר כבוד שמים ווי דער סאטמארער רב!" (שיח זקנים ח"ג עמ' קכ"ה).

דער ווינער רב הגאון ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש ז"ל איז אמאל געקומען יו"ט באזוכן דעם רבין זי"ע, ער האט מסביר געווען אז דער גדול הדור האט א דין ווי דער רבי מובהק און חז"ל זאגן אז חייב אדם להקביל פני רבו ברגל, האט אים דער רבי געפרעגט פון וואנעט נעמסטו דאס אז איך בין דער גדול הדור? האט ער אים געענטפערט: איך האב באקומען הורמנה פונעם הייליגן לבושי מרדכי ממאד ז"ל און איך פסק'ן אזוי.. (זקינך ויאמרו לך)

זיינע ספרים

רעדאַקטירן

אויסער די פילע ספרים וואס מען האט ארויסגעגעבן פון תורות וואס דער רבי האט געזאגט, איז פארהאן פילצאליגע ספרים פון ליקוטים און ביאורים אויף די חידושים און מנהגים פון רבין.

פאלגענד איז א טייל:

און פיל נאך.

ביאגראפישע
  • שמואל שלמה טעללער-יצחק מיטטעלמאן, א שבת ביים רבי'ן, א פורים ביים רבי'ן, א טאג ביים רבי'ן, מבצר תורה ויראה,
  • שלמה יעקב געלבמאן, מושיען של ישראל: תולדות רבינו הקדוש מסאטמאר, אכט בענדער, קרית יואל 1990
  • יוסף שיינבערגער, עולמות שחרבו, ירושלים תשמ"א
  • אלימלך עוזר בודק, ספר תפארת יואל (ארבעה חלקים), ניו יארק, 1993
  • אברהם פוקס, האדמו"ר מסאטמאר, ירושלים תש"מ
  • אהרן סורסקי, מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ח, בני ברק, תשמ"ט, עמ' רנג-רעד
  • מנחם קרן-קרץ, ר' יואל טייטלבוים - הרבי מסאטמאר (1979-1887): ביאגראפיע, עבודת דוקטור, תל אביב, תשע"ג 2013
  • אביר הרועים, איבער זיינע קשרים מיט רבני ואדמו"רי אמעריקע, מכון "מושיען של ישראל", תשע"ד
  • נפלאות מהרי"ט, עובדות וסיפורים אודות מהר"י ט"ב זצוק"ל. אין אידיש. יצא לאור על ידי "תלמידים פון כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל", קריית יואל ה'תשמ"ב
אויף זיין השקפה
  • יצחק קראוס, שלוש השבועות כיסוד למשנתו האנטי-ציונית של ר' יואל טייטלבוים, באלטימאר, 1990
  • דוד סורוצקין, "בנין ארץ של מטה וחורבן ארץ של מעלה: הרבי מסאטמאר והאסכולה האורתודוקסית הרדיקאלית", בתוך: אביעזר רביצקי (עורך), ארץ-ישראל בהגות היהודית במאה העשרים, יד בן צבי, 2004
  • יצחק קראוס, "יהדות וציונות – שניים שלא ילכו יחדיו, משנתו הרדיקלית של ר' יואל טייטלבוים – האדמו"ר מסאטמר", בתוך: יוסף גורני ושלום רצבי (עורכים), הציונות: מאסף לתולדות התנועה הציונית והישוב היהודי בארץ ישראל, גיליון כב, אוניברסיטת תל אביב, 2000, עמ' 30–67
  • עודד שכטר, לשונם הטמא שקראוהו עברית, כתב העת "מטעם", חוברת 2, אפריל 2005
  • חנוך בן פזי, "על האנטי-אוניברסליות של "הרעיון הציוני" – נקודת המבט הסאטמרית של הרב יואל טייטלבוים", החינוך וסביבו כ"ט (2007), עמ' 291–304

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן

די לוי' באריכטעט אינעם ניו יארק טיימס


פריערדיקער:
ערשטער
אדמור"י סאטמאר
תרצ"ד - תרל"ט
קומענדיקער:
הרב משה טייטלבוים זצ"ל
ברך משה