שטיין

(אַריבערגעפֿירט פון שטיינער)

שטיין אין געאלאגיע איז א נאטירלעכע פארהארטעוועטע צוזאמשמעלצונג פון מינעראלן. די אויבערשטע שיכט פון דעם ערד-פלאנעט איז שטיין, צוזאמענגעשטעלט נאטירליך פון מינעראלן. א שטיין קען זיין צוזאמענגעשטעלט פון איין מינעראל, ווי למשל קרייד, צוזאמענגעשטעלט פון קאלציט, אדער פון עטליכע מינעראלן, ווי גראניט, וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון קווארץ, פעלדשפאט און מיקא.

שטיין

שטיינער ווערן צעטיילט אין דריי גרופעס: מאגמאטישע שטיינער, מעטאמארפישע שטיינער און אפזעץ-שטיינער.

מאגמאטישע שטיינער ווערן אויסגעפארעמט ווען מאגמא קילט זיך אפ אין דעם ערדקרוסט, אדער ווען לאווא קילט זיך אפ אויפן אויבערפלאך פון דער ערד, אדער אויפן ים-געלעגער. מעטאמארפישע שטיינער ווערן פארמירט, ווען עקזיסטירנדע שטיינער געפונען זיך אונטער הויך-דרוק און טעמפעראטורן וואס פארוואנדלט זיי צו דעם סארט שטיין.

צווישן די פארשידענע סארט שטיינער, איז דא די סארט וואס איז געאייגענט צו שארפן דערמיט אנדערע געצייג. צום ביישפיל; מעסערס און דיאמאנטן. און אין דעם אליינס איז דא ספעציעלע שטיינער וואס זענען געאייגענט בלויז פאר דעם אליינס, און אין פארשידענע פאזעס פון דער שארף ארבייט. צום ביישפיל; גלאט-שטיין, שארפ-שטיין, קיזל-שטיין, רייב-שטיין, שלייפ-שטיין.

די וויסנשאפטלעכע שטודיע פון שטיין ווערט גערופן פעטראלאגיע.