ליובאוויטש

רוסישע חסידישע דינאסטיע
(אַריבערגעפֿירט פון חב"ד שליח)

דער ארטיקל איז פארגעשלאגן צו פאראייניקן מיט ליובאוויטש (הויף).
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן
.



ליובאװיטשער חסידות שטאמט פון דעם שטעטל ליובאװיטש אין װײסרוסלאנד (הײנט בעלארוס), עס ווערט אויך גערופן חב"ד, װאָס איז ראשי תיבות ח'כמה ב'ינה ד'עת, א טערמין פֿון קבלה.

דער בעל התניא, דער ערשטער רבי פון חב"ד

חב"ד האבן א ברייטע טעאלאגיע, ווייל די שיטה זייערע האט צו טאן בעיקר מיט עניינים וואס זיינען נוגע צו חקירת אלוקות. צווישן די באגריפן וואס חב"ד'ס טעאלאגיע האנדלט מיט איז נמנע הנמנעות, א קאסמיזם, השגחה פרטית אפילו אויף חי צומח דומם, און אנדערע באגריפן.

חב"ד הייזער

רעדאַקטירן

א "חב"ד הויז" מיינט א פלאץ וואו עס וואוינט דארט א חב"ד שליח וועלכע פירט אהן מיט א מנין, תורה שיעורים, הכנסת אורחים, מבצעים א.ד.ג. א חב"ד הויז איז די אדרעס פאר יעדער אידישער געברויך, בפרט ווען מ'געפינט זיך ווייט פונדערהיים.

עס איז שוין דא ארום די גאנצע וועלט איבער דריי טויזענט חבד הייזער היינט צוטאגס, וואס דאס הייסט אז עס רעדט זיך וועגן קארגע צען טויזנט פאמיליעס וואס האבן אוועקגעגעבן זייער גאנצע לעבן, אויף האנדלען מיט פירן אידישע קהילות און אלגעמיינע טעטיקייטן פון הילף צו אידן אין יעדער זאך אין אידישקייט וואס זיי נויטיקן זיך, דאס זעלבע טוען זיי פארשידענע זאכן אויף צו צוציען וואס מער אידן צו אידישקייט, און ספעציעל ארויסראטעווען זיי פון סעמילאציע.

א וויכטיגע טייל פון זייערע וועגן ווי זיי פירן זיך אין דעם "חב"ד הויז", איז צו האנדלען אויך מיט פרייע אידן און זיי ארויסהעלפן (וואס אין דעם זיינען זיי אנדערש פון די מערסטע פרומע קרייזן, וואס האלטן אז מען טאר נישט האבן צו טאן מיט פרייע אידן) - איז געגרינדעט אויף די געדאנקען וואס ווערן ערקלערט אין זייערע ספרי חסידות, וואס דארטן רעדט זיך ארום א סאך אויף די הייליקייט און די נשמה פון יעדן איד, ווי אויך די גרויסע מעלה פון "אהבת ישראל" (ליב האבן יעדן אידן), זיי נעמען א ביישפיל פון דער בעל שם טוב וואס האט אויך זייער ליב געהאט פשוט'ע אידן.

די חסידים וואס טוען אין דעם רופן זיך "שלוחים" (געשיקטע)- דאס הייסט, אז דער רבי האט זיי געשיקט צו דעם פלאץ וואו זיי קומען, אויף צו האנדלען אין די אויבענגעזאגטע טעטיקייטן.

דער רבין'ס שיטות

רעדאַקטירן

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאהן , האט שטענדיג זיך געמישט אין רעגירונג פאליסי ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון פאליטיק. ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט אראבער און אז זיי פארשטייען בלויז דעם מיליטערישען פויסט. באזירט אויף דעם שולחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליאנען אידן וואס לעבען דארט. זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות, נאר מיט פיקוח נפש. עס איז באקאנט זיין לאזונג פון "אף שעל" וואס האט שטענדיג געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. ער האט אנגעזאגט זיינע חסידים נישט צו גיין אפיציעל מיט קיין מפלגות, נאר מען זאל שטימן - לויט די הוראה פון זיין הייליגן שווער, כ"ק אדמו"ר מהריי"ץ זיע"א אום תש"ח לפ"ק - פאר דעם "מערסט חרדישע פארטיי" "החרדית ביותר - לדבר ה' זה הלכה".

די אפיציעלע פאליסי זייערער איז אייביג געווען נישט זיך צו מישן אין פאליטיק אבער זייער רעכטער נויגונג האט זיי געטריבן דאס צו ברעכן און עס האט טאקע פיל געשטערט זייערע וואולטעטיגע קירוב ארבעט פון ופרצת.

דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זצ"ל, פלעגט שטענדיג צו יעדער געלעגנהייט מאנען און פאדערן פון זיינע חסידים צו טאן פעולות צו ברענגן משיח, און מחזק זיין די אמונה און ציפיה צו ביאת המשיח. ער פלעגט אפט מאל מאנען אז מען זאל טאקע מיינען אין הארצן און זיך אזוי פירן אין דער ווירקליכקייט לויט די ברכה פון שמונה עשרה "את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח...כי לישועתך קיווינו כל היום". אויך האט ער איינגעפירט מען זאל לערנען אין רמב"ם די הלכות פון גאולה און ימות המשיח, און פיל פון זיינע שיחות זענען געווען איבער דעם טעמע.

שוין פון די ערשטע יארן פון זיין אדמו"רות פלעגט דער ליובאוויטשער רבי זאגן אז דער דור איז דער לעצטער דור פון גלות. אין יאר ה'תשנ"א האט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופן אז מען דארף לאזן וויסן אלע אידן אז זיין שווער (דער פריער'דיגער ליובאוויטשער רבי, רבי יוסף יצחק שניאורסאן) האט שוין געזאגט אלס א נביא: "ענווים, הגיע זמן גאולתכם".

צוליב דעם און צוליב זיין אָפטע רייד וועגן משיח האבן רוב פון זיינע חסידים אנגענומען אין זיין לעבן אז ער איז געווען דער פאסיקסטער פון דעם גאנצן דור צו זיין דער משיח. זיי פלעגן אנווייזן אז ער שטימט צו זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם, ספעציעל לויט'ן כלל אז משיח וועט מחזיר בתשובה זיין פיל אידן צום דרך התורה. אויך פלעגן זיי אנווייזן אויף דאס וואס ער האט גערופן זיין שווער "נשיא דורנו" כאטש ער האט שוין נישט געלעבט. די חסידים האבן דאס אויסגעטייטשט, אז כאטש ער אליין רעדט טאקע אויף זיין שווער, אבער די זאכן וואס ער זאגט שטימען און ווערן צו אים אליין. דאס, לויט וואס איז אנגענומען ביי חסידים אז ווען א רבי וויל רעדן וועגן זיך, רעדט ער פונ'ם טאט'ן א.א.וו. (זע שיחת כ"ק אדמו"ר שליט"א, ש"פ האזינו תשי"ג)

נאך זיין הסתלקות האבן א טייל פון זיינע חסידים אויפגעהערט צו זאגן אז ער איז משיח, און האבן אויסגעטייטשט אז כאטש ער האט וואלט געקענט זיין משיח לויט די כללים פון רמב"ם און איז געווען אין דער ריכטיגע מדריגה, איז אבער דער דור נישט ראוי געווען דערצו (סיידן אויב עס וועט זיין צו אים "תחיית המתים" נאך פאר משיח'ס קומען (ווי עס שטייט אין גמרא וועגן געוויסע צדיקים), וועט ער קענען ווערן צוריק דער "משיח").

אבער א טייל חסידים גלויבן נאך ווייטער אז ער איז דער מלך משיח, באזירט אויף א גמרא וועלכע זאגט אז משיח קען זיין אויך פון די פארשטארבענע.[פֿעלט אַ מקור] די דאזיגע ווערן אנגערופן "משיחיסטן".

די הויפט חב"ד ארגאניזאציעס, ווי אויך דאס רוב "חב"ד שלוחים", רבנים און ראשי ישיבות האלטן אין איין מלחמה האלטן מיט די וואס מיינען אז ס'איז ריכטיג וועגן דעם צו פובלעצירען, זייער מיינונג איז אז דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געוואלט מ'זאל רעדן וועגן ווער איז משיח נאר וועגן זיך צוגרייטן און מתפלל זיין אויף דעם קומען פון משיח.

די ארטאדאקסישע זענען שטארק אנטקעגן דעם געדאנק פון גלייבן אין א געשטארבענעם אלס משיח. און זאגן אז ס'איז פארבאטן לויט דער תורה. די עכט פרומע אידן אבער, וואס גייען לויט דער הלכה און פסקים פון דעם חתם סופר, און זענען זיך נישט סומך בלויז אויף געוויסע מדרשים, האלטן אבער אז עס איז נישט בניגוד צו די יסודות פון דעם אידישן דת.

קירוב: ופרצת און מבצעים

רעדאַקטירן
 
צווי חב"ד חסידים לייגן תפילין מיט א איד וואס הייסט " תינוק שנשבה"

אנדערשט ווי די ליטווישע ארגאניזאציעס ווי אש התורה און אור שמח וואס געבן זיך אפ מיט טוישן די לעבנסשטייגער פון משפחות, האלטן זיי נישט פון דער סיסטעם, נאר זיי ליבען יעדן פרייען איד, שמייכלען צו זיי, און טראגן אים שטענדיג אן צו טאן מצוות, ווייל א איד איז א איד נישט קיין חילוק אין וועלכער מצב, און די חיוב פון ערבות פאלט קיינמאל נישט אוועק פון דעם פרומען איד קעגן סיי וואספארא איד.

רוב פון זיי ווערן אליינס רבנים דורך זיך באטייליגן אין זייער ארמיי פון חבד שליחים. יעדער קינד ביז בר מצווה און מיידל ביז בת מצווה דארף זיך באטייליגן אין די ארמיי צבאות ה' וואס מען איז מחזק די קינדער מלחמה צו האלטן אנטקעגן דעם יצר הרע.

די דאזיגע אקציעס שטאמט פון זייער געבורט ארט אין רוסלאנד ווי זיי האבן געקעמפט קעגן אפיקורסות און קאמוניזם וואס האבן אין יענע יארן אוועק געריסן גאנצע פרומע משפחות. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה וואס די חסידות האט זיך איבערגעפלאנצט אין א פרייער נייער מאדערנער וועלט, האבן זיי גענומען דעם זעלבן פיבער און דאס אויסגעשפרייט איבער דער גארער וועלט.

זיי פרובירן צו פרעזערווירן די אידישע שפראך. אז יעדע קינד מוז מיטהאלטן די שיחות פון רבי'ן און דאס איז דאך אלץ אויף אידיש דעריבער אפילו זיי זענען רוב בעלי תשובות לערנען זיך זייערע קינדער אידיש אלס דער אידישע שפראך. אויך זאגן זיי אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן אז מ'זאל רעדן בלויז אידיש.[1] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)

וועבלינקען

רעדאַקטירן
  • דוד בערגער, The Rebbe, the Messiah, and the Scandal of Orthodox Indifference, ליטמאן ביבליאטעק אויף אידישע ציוויליזאציע, 2001.
  • חיים דלפין, Attack on Lubavitch: A Response, דזואיש ענריטשמענט פרעסס, פעברואר 2002



בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענלעכקייטן                       

מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל

אקטיווע פערזענלעכקייטן: אורי זוהר | אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן