מארד
מאָרד איז ווען א מענטש ברענגט אום א צווייטן מענטש בייזוויליג, אן קיין תירוץ.
אין יעדער ציווילער געזעלשאפט איז מארד גאר אן ערנסטע פארברעך, און א מענטש/פארברעכער, וועלכער ווערט אנגעקלאגט פאר'ן דערמארדן א צווייטן איז זיין שטראף גאר הארב. אין רוב לענדער באקומט אזא איינער טויט-שטראף צי לעבנסלענגליכע טורמע.
אין דער תורה
רעדאַקטירןלהבדיל, ביי אידן אין דער תורה איז עס אויך גאר א הארבע עבירה, זייענדיג איינס פון די עשרת הדיברות, לא תרצח; און אויב איינער דערמארדעט א צווייטן, מיט עדים און התראה, באקומט ער מיתת בית דין.
אפילו איינער דערמארדעט איינעם נאר בטעות, דארף ער שוין גיין גלות ליידן, און אנטלויפן צו א ערי מקלט.
ס'איז אויך איינס פון די שבע מצות בני נח
ס'איז איינס פון די דריי הארבסטע עבירות וואס איז "ייהרג ובל יעבור", אז א איד דארף זיך ענדערש לאזן הרג'ענען, ווי איידער הרג'ענען א צווייטן.