דער ארטיקל דיסקוטירט געלט וואס מען צאלט צו דער מדינה. טאמער זוכט איר די שטאט אין עסטרייך, זעט שטייער, עסטרייך.

שטייער איז געלט וואס די מדינה אדער אן אונטער אפטיילונג פון דער מדינה נעמט פון די בירגער.

צאלן די בירגער פון יעדע לאנד פאר דער רעגירונג כדי אויסהאלטן די אינפראסטרוקטור ווי וועגן און באלייכטן די פובליק פלעצער, און אין געוויסע לענדער טראנספארט ווי בוסן און באנען.

אין אמעריקע איז דער איי אר עס (אינטערנעל רעוועניו סערוויס) דער אגענטור געשטעלט איינצומאנען און פארסירן דאס איינצאל.

אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע רעדאַקטירן

די באהערדע האבן א ספעציעלן איינהייט וואס רופט זיך איי.אר.עס. וואס פאסן אויף אז די בירגער און קאמאפניס זאלן טאקע הערליך צאלן זייער חלק. אך און וויי פאר איינעם וואס פאלט אריין אונטער זייער אינוואסטיגאציע אויף א פארדאכט אז מען האט אויסבאהאלטן שטייער אויף פארדינסטען, ס'איז זייער שטרענג.


פטור פון שטייער - נאן פראפיט רעדאַקטירן

מוסדות התורה און סתם וואולטעטיגע ארגענאזאציעס זענען פטור פון צאלן שטייער.

וויליאמסבורג איז געבענטשט מיט רעליגיע און עס האט איבער 1000 אזאלכע גרופעס וואס צאלן נישט קיין שטייער.


וועבלינק רעדאַקטירן