כותל
דער כותל המערבי (אָפט גערופן די הײליגע װאַנט) איז די לעצטע איבערגעבליבענע וואנט פון דער מויער (חומה) פונם הר הבית. שטענדיג געפינען זיך יידן ביים כותל דאווענען אדער זאגן תהלים.
thekotel |
הייליגקייט
רעדאַקטירןלויט דער גמרא הערשט דארטן א הייליגקייט און אידן גייען אהין בעטן און דאווענען. ווייל די שכינה וואס האט גערוט שטענדיק אין בית המקדש האט זיך נישט אוועקגערירט פון יענער וואנט. טייל האלטן אז די גמרא רעדט פון די כותל המערבי פון די בית המקדש אליינס.
היסטאריע
רעדאַקטירןאין די צייטן פון דעם בריטישן מאנדאט האבן די יידן נישט געטארט דארט אוועקשטעלן בענק און מאכן א מחיצה צווישן מענער און פרויען. אבער יום כיפור ה'תרפ"ט האבן די יידן אויסגעבראכן דעם פארבאט און האבן דארט יא אוועקגעשטעלט בענק און האבן יא געמאכט א מחיצה,די גאנצע רודער איז געווען אנגעפירט דורך הרב קוק.. דאס איז איינע פון די סיבות וואס די אראבער האבן דאן אויפגערודערט מיט טעראר ביי די תרפ"ט ראיאטן.
ביי די מלחמת השחרור אין יאר ה'תש"ח האבן די אראבער איבערגענימען ירושלים און די יידן האבן מער נישט געהאט קיין צוטריט צום כותל.
ביי די זעקסטאגיקע מלחמה אין יאר ה'תשכ"ז האבן די ציונים צוריק איינגענימען ירושלים מיט דעם כותל המערבי, און האבן דאן פיל פארברייטערט דעם כותל און אויך ציגעגראבן זייער טיף, און פון דאן האט זיך אנגעהויבן צוריק די תפילות ביי כותל.
סאטמאר איסור
רעדאַקטירןפון סאטמארער רב ר' יואל טייטלבוים האט נאך דער זעקסטאגיגער מלחמה גע'אסרט צו גיין צום כותל ווייל עס געבט חיזוק פאר די ציונים.
וועבלינק
רעדאַקטירן- הכותל - אתר הכותל, מצלמות שונות מהכותל ומידע על אירועים שנערכים בו בזמנים שונים.
- סיור וירטואלי אינטראקטיבי ב 360 מעלות בכותל המערבי - צולם ב 2007
- סיור וירטואלי בכותל - צולם בדצמבר 2007
- מיכאל יעקובסון: תיאור תכנון רחבת הכותל המערבי 2011-1967 (ארכיווירט 30.07.2012 ביי דער Wayback Machine), 9.8.11, Xnet.
- מצלמת הכותל באתר אש התורה
- בילדער פון ירושלים פארטאל דער כותל מערבי
- אתר לא רשמי המרכז מידע תיירותי אודות הכותל (ארכיווירט 02.11.2012 ביי דער Wayback Machine)
- שיחרור הכותל והעיר העתיקה (ארכיווירט 17.05.2008 ביי דער Wayback Machine) - הקלטה של שידור רדיו היסטורי
- ירושלים הקדומה מתגלית בחפירות הסמוכות לכותל (ארכיווירט 02.06.2009 ביי דער Wayback Machine) מתוך אתר "לדעת".
- ההיסטוריה של תוכניות ארכיטקטוניות לעיצוב מחדש של רחבת הכותל (ארכיווירט 30.07.2012 ביי דער Wayback Machine), Xnet
- Women at the Western Wall 100 Years Ago, from the Library of Congress collection
- נדב שרגאי, סודות הכותל נחשפים, ישראל היום, 24 בנובמבר 2011