שטח
צי מיינט איר א שטיקל באדן?
שטח איז א מאס פון א פלאכער שטח (א פלוין). רוב מאל מעסט מען א שטח לויט קוואדראט מעטערס. מען קען אויך מעסטן דעם שטח פון א פלאכטע; למשל, קען מען מעסטן דעם אייבערפלאך־שטח פון א דריי־דימענסיאנעלן פיגור.
אין געאמעטריע איז פאראן פארמולעס כדי אויסצורעכנען שטחים.
- דער שטח פון א גראדעק איז גלייך צום פראדוקט פון די לענג פון צוויי שכנותדיקע זייטן (די לענג און די ברייט):
- דער שטח פון א טראפעז איז גלייך צום פראדוקט פון העלפט דעם סכום פון די פאראלעלע זייטן מיט דער הייך פונעם טראפעז:
- דער שטח פון א דרייעק איז גלייך צו העלפט דעם פראדוקט פון דער באזע פונעם דרייעק מיט דער הייך: