טאש
|
טאש (אונגאַריש: Nyírtass, דײַטש: Tausch) איז א דארף אין סאבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע אין אונגארן, 11 ק"מ דרום פון קליינווארדיין און 30 ק"מ צפון־מזרח פון נירעדהאז, מיט א שטח פון 37.95 ק"מ2. די באפעלקערונג פון טאש איז 2183 (אין יאר 2001).
דער יישוב איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1200.
אין יאר תר"ם האבן געוואוינט אין טאש 210 יידן, און אין יאר תר"ץ 248 יידן.[1]