טעלעוויזיע איז אַ טעלעקאָמוניקאַציע סיסטעם וואָס ווייזט ווידעאָ: רירנדיקע בילדער ווי די נייעס, פילמען, ספאָרט אא"וו.

אַ גאר אַלטע טעלעוויזיע פונעם יאָר ה'תשי"ט (1959)

די טעלעוויזיע האָט אריינגעברענגט אַ רעוואָלוציע אין דער וועלט, עס האָט באַוויזן אַז ביז איין מינוט קען אַ מענטש וויסן וואָס עס טוט זיך אָפ אין די אַנדערע עק וועלט. עס האָט אויך באַוויזען אַז דער מענטש קען מיטהאַלטן לעבעדיג די נייעס, דאָס הייסט נישט בלויז ער הערט די נייעס, נאָר ער זעט עס באַשיינפערליך מיט זײַנע אויגן.

קודם פלעגן זייט טעלעוויזיע וואָס זענען געווען בלויז שוואַרץ און ווײַס, נישט קאלירטע, מיט דער צייט איז עס געווארן מער און מער פארוויקלט, און הײַנט צו טאָג איז דער טעלעוויזיע אויפגעארבעט אויף זייער אַ מאדערנעם שטאפל, די בילדער זענען שארף און קלאר וואס האט נישט איר גלייכן, מען זעט אלעס שיין און גוט, נאך אסאך שענער ווי וואס עס איז בראשית געווען.


אין די ערשטע יארן איז דאס געווען אין יעדער שטוב אבער בלויז אין דער ציוויליזירטן וועלט, אבער אין דער ארעמער וועלט זענען געווען אסאך מענשטן וואס האבן נישט דאס געהאט אבער היינט צו טאג ווען מען נישט געפינט אין דער גאנצער וועלט א שטוב וואס געפינט זיך נישט א טעלעוויזיע, דאס גאנצע לעבן פון א מענטש אויף דער וועלט איז וואס ער זעט אין דער טעלעוויזיע, צופרי און ביינאכט פארן לייגן וועט ער געבן א בליק אויף דער טעלעוויזיע צו וויסן דעם וועטער מארגן, אדער די לעצטע נייעס, אויך אויב האט ער איבעריג צייט וועט ער כאפן א בליק מיט צו האלטן א פילם אדער א ספארט, א שוי פון א זינגער, און אזוי פארשידענע סארט פראגראמען.

בראשית פלעג מען טראנסמיטירן טעלעוויזיע סיגנאלן וואס די באניצער קענען כאפן מיט אן אנטענע. מיט דער סיסטעם גיט ארויס א סטאנציע איין פראגראם נאך אנאנד, אבער נאר איינס אויף א מאל. היינט זענען אויך פאראן קאבל-טעלעוויזיע און סאטעליט-טעלעוויזיע וואס דערלויבן אן אויסקלייב פון פראגראמען.

יידישקייט

רעדאַקטירן

די פרומע רבנים האבן פארבאטן צו האלטן אין שטוב א טעלעוויזיע, און זיי שרייבן זייער שארף אז לויט די דיני התורה טאר מען אפילו נישט בלויז קוקן טעלעוויזיע, דאס איז נישט בלויז צוליב איר פרעמדע קולטור וואס דאס ווייזט, נאר וויבאלד, עס איז זייער אפענער פרייער וועג, עס ווערט דארט געזען אסאך אויסגעלאסענע מענטשן, מיט אסאך חלקים פון די קערפער וואס איז אויפגעדענקט, און לויט דער אידישער הלכה איז דאס אין כלל פון ראיות אסורות און אַ סאַך מאל איז עס ממש גילוי עריות, אויך זעט מען דארט אלע סארט גלויבנס וואס מענטשן אין אלע עקן פון דער וועלט האלטן וואס איז גאט און דאס איז עבודה זרה, אויך געוויינט דאס צו דעם מענטש צו שפיכות דמים, וויבאלד מען ווייזט דארט לעבעדיג ווי אזוי מענטשן ווערן געשאסן און גע'הרג'ט, און אויך אלע פילמען זעט מען ווי מען שיסט מענטשן און דאס געוויינט צו דעם מענטש צו שלעכטס.