דאנאלד טראמפ
|
דאָנאַלד דזשאָן טראַמפּ (ענגליש: Donald John Trump; געבוירן ט"ו סיון ה'תש"ו 14טן יוני 1946) איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן, מעדיע פערזענליכקייט, פאליטיקאנט, דער 45 טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, ער איז געווען דער פארזיצער פון דער טראַמפּ ארגאניזאציע און דער אייגנטומער פון פילע 'טראַמפּ' ביזנעסער און דעוועלאפמענטס.
דאָנאַלד טראַמפּ'ס טאכטער איוואנקא האט זיך מגייר געווען לויט דער הלכה. זי האט געהייראט א איד, דזשערעד קושנער.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןטראַמפ איז געבוירן געווארן דעם 14טן יוני 1946 אין דזשאמייקע, קווינס, א געגנט אין ניו יארק סיטי, דער פערטער פון פינעף קינדער געבוירן צו פרעדעריק טראמפ (1905–1999) און מערי ען טראמפ (געבוירן מאקלאוד, 1912–2000). זיינע געשוויסטער זענען מעריאן, פרעד דזשוניער, עליזאבעט און ראבערט.
ער האט געהייראט זיין ערשטע ווייב, א טשעכישע מאדעלקע איוואנא זעלניטשקאווא אום 7טן אפריל, 1977.
ווערק
רעדאַקטירןטראַמפּ איז דער ארויסגעבער פון עטליכע שטארק פאפולערע ביכער. צווישן זיי דער גאר אויפגעכאפטע בוך 'דער קונסט פונעם געשעפט' (The Art of The Deal), וואס רעדט וויאזוי צו פירן און שליסן געשעפטליכע פארהאנדלונגען.
אויך האט ער א יאר פאר דער סעפטעמבער 11 אטאקע אויף די צווילונג וואלקן קראצערס אין מאנהעטן ארויסגעגעבן די בוך 'די אמעריקע וואס מיר פארדינען זיך' (The America We Deserve), אין וועלכע ער זאגט פאר אז טעראריסטן זענען נישט ווייט פון צו נוצן עראפלאנען אויסצופירן א שרעקליכע טעראריסטישע אטאקע אויפן אמעריקאנעם באדן. אין זיין בוך קריטיקירט ער די צוגאנג פון דער דעמאלטס'דיגער רעגירונג, וואס ברענגט נישט קיין גוטע קאנסעקווענצן.
פרעזידענטשאפט
רעדאַקטירןדאָנאַלד טראַמפּ האט גענומען ערנסט אין באטראכט צו לויפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניקטע שטאטן אין יאר 2012. ביים ענדע האט ער באשלאסן דעמאלט נישט צו לויפן. אנשטאט דעם האט ער אויסגעווארט ביז די וואלן אין 2016.
פריימערי וואלן
רעדאַקטירןאין יולי 2015 האט ער געמאלדן אז ער לויפט צו זיין דער פרעזידענט קאנדידאט פון דער רעפובליקאנער פארטיי פאר די וואלן אין 2016. זינט דאן איז ער געווען אין צענטער פונעם פארמעסט, זייענדיג פאראויס אין רוב נאציאנאלע אנקעטעס. ער האט זיך פארמאסטן קעגן זעכצן אנדערע מאכטפולע קאנדידאטן, אריינגערעכנט בען קארסאן און גאווערנארס ווי זשעב בוש דער גאווערנאר פון פלארידע, קריס קריסטי דער גאווערנאר פון ניו זשערסי, דזשאן קעסיג דער גאווערנאר פון אהייא, און סענאטארן ווי טעד קרוז פון טעקסאס און מארקא רוביא פון פלארידע. אבער רוב פון זיי האבן זיך ארויסגעצויגן שוין אין די ערשטע פאזעס פונעם פארמעסט, איינזעענדיג אז זיי האבן נישט קיין אויסזיכטן, מיט'ן אויסנאם פון געציילטע קאנדיטאטן ווי טעד קרוז, וואס האט געוואונען די וואלן אין א רייע שטאטן און איז געבליבן אינעם פארמעסט ביז כמעט צום סוף ווען עס איז קלאר געווארן אז טראַמפּ האט געוואונען די מערהייט פון די דעלעגאטן.
טראַמפּ האט געהאט גאר אסאך קעגנערשאפט פון פאליטיקאנטן אינערהאלב די רעפובליקאנע פארטיי, זייענדיג אפציעל א דרויסנדיגער, און אפענע קריטיקירער אויף פאליטישע פערזענליכקייטן. אבער נאכ'ן אפהאלטן די פריימערי וואלן אין רוב שטאטן, אין א שווערע און היסטאריש שטורמישע פארמעסט, איז דער ביליאנער דאָנאַלד טראַמפּ דערקלערט געווארן דער פאקטישער געוואונער, און איז באשטימט געווארן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר די פרעזידענטליכע וואלן אין 2016.
ביי זיין קאמפיין האט טראַמפּ אויסגעגעבן דאס ווייניגסטע געלט פון אלע קאנדיטאטן, און דאך האט ער געבראכן די רעקארד, און באקומען דאס מערסטע צאל שטימען פון סיי וועלכע רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט אין היסטאריע.
אלגעמיינע וואלן
רעדאַקטירןדורכאויס די טעג איידער די 2016 אלעגמיינע וואלן זענען פארגעקומען, האבן אלע מעדיע נעצן, אנקעטע נעמער און סטאטיסטיקער פארגעשאצט א קלארע געווינס פאר זיין דעמאקראטישע קעגנער הילערי קלינטאן, דערמיט צו איבערצייגן דעם פאלק אז ס'איז א שאד צו וויילן טראמפ, כאטש די באטייליגער ביי טראמפס ראליס איז געווען ריזן היסטארישע ציפערן. אבער ווען ס'איז געקומען די נאכט פון די וואלן (דינסטאג לך תשע"ז) האט זיך ארויסגעשטעלט די אמת, אז טראַמפּ האט געווינען אלע סווינג שטאטן, אריינגערעכנט אזעלכע שטאטן ווי פענסילוועניע, מישיגן און וויסקאנסין וואס א רעפובליקאנער האט זיי נישט געוואונען זינט די 1980 יארן, און דערמיט געווינען דאס פרעזידענט בענקל אלס טאטאלע סורפרייז פאר די לינקע פארטיי. קלינטאן האט טאקע באקומען א צוויי מיליאן מער שטימען דורכאויס גאנץ אמעריקע צוליב די פילע שטימען וואס זי באקומען אין די געציילטע שטארק באוואוינטע שטאטן, [אדער גאר צוליב די פאכמאנישע וואלן רויבעריי וואס די דעמאקראטן זענען אויסגעצייכנט דערמיט], אבער טראַמפּ האט למעשה געוואונען די וואלן וויבאלד ער איז אריינגעקומען דער געוואונער אין רוב שטאטן, באקומענדיג 306 עלאקטארעלע שטימען, אנטקעגן קלינטאנס 232 עלאקטארעלס. און ס'האט זיך ארויסגעצייגט, אז די שטילע רוב פונעם פאלק זענען אלץ געווען אויפ'ן זייט פון טראמפ, זייענדיג א טרייסט פאר'ן אנטוישטער פאלק פון די אומבאגלייבטע קאנדידאטן די לעצטע צענדליגע יארן.
2020 וואלן
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – 2020 פרעזידענט-וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן
אין 2020 איז פארגעקומען א היציגע וואל-פארמעסט, וואו טראמפ האט אפציעל פארלוירן ווידערוויילונג פאר א צווייטן טערמין, קעגן דזשאו ביידן. דאס איז געווען א אפענער פארברעך, ווייל מיט א צייט שפעטער זענען געווען הארטע באווייז אז ס'איז גע'גנב'ט געווארן א גאר ריזן צאל וויילער צעטלעך, דורכ'ן דעמאקראטישער פארטיי, וואס האבן פארפירט די געזעץ געבער עס נישט אויסצופארשטן.
טראמפ האט טאקע פרובירט צו ברענגן גערעכטיקייט, מיט'ן שרייען אז די וואלן זענען גע'גנב'עט געווארן פון אים. און זיין קאמפיין האט אריינגעגעבן הונדערטע אנקלאגעס מיט קלארע באווייזן אין געריכט, אבער זיי זענען אלע אפגעווארפן געווארן, וויבאלד די 'דיפ-סטעיט' איז געווען גאר שטארק פארמישט אין די וואלן רויבעריי. 6טן יאנואר, 2020, האט דער פרעזידענט דורכגעפירט א ראלי קעגן די אנגעבליכע וואלן פעלשערייען, און שפעטער האט פאסירט א ווילדן איבערפאל אויפן קעפיטאל געביידע, טראץ וואס טראמפ האט געבעטן מ'זאל נישט טון קעגן די געזעץ, האבן אבער אונטערוועלטניקעס אנגעשאפט א כאאס, וואס האט געברענגט שאנדע פאר'ן לאנד. כאטש נישט אזויפיל ווי די וואנדאליזם דורך די ווילדע לינק געשטיצטע גרופעס, געמישט פון אלע סארט אנטיסעמיטן איבער'ן לאנד, דורכאויס די יארן וואס די דעמאקראטן האבן געהאט די מלוכה אין האנט.
אימפיטשמענט
רעדאַקטירןטראמפ איז אין לויף פון זיין פיר יאר אלס פרעזידענט אימפיטשט געווארן דורך די דעמאקראטישע סענעטארן צוויי מאל, פאר קיין שום באזונדערע אורזאך, און אויך איז ער דער איינציגסטער אמעריקאנער פרעזידענט מיט אזא גוטער רעקארד, און וואס מ'האט אים אזוי קריטיקירט אינערהאלב די פאליטישע רייען, האט גארנישט גערירט זיין כבוד ביים פאקטישער פאלק, און פארקערט, נאר געהויבן זיין כבוד, וויסנדיג אז ער שלאגט זיך קעגן די פארביסענע אזוי גערופענע פרייהייט קעמפפער, וואס זענען באמת נישט מער ווי א כיטערע פארמאסקירטע קאראפציע באנד.
די פראטעסטן קעגן אים
רעדאַקטירןנאך דעם איינשווערן צערעמאניע אום 2016, זענען פארגעקומען פולע פראטעסטן קעגן אים, סיי אין אמעריקאנישע שטעט, און סיי נאציאנאל. און די פראטעסטירער זענען געווארן געשאצט דורך די היינט באקאנטע פאלשע נייעס געבער, מיט אומפארשטענדליכע נומערן אין די מיליאנען. אבער די גוטע ארבעט וואס ער האט אהערגעשטעלט אין זיינע ערשטע פיר יאר אינעם ווייסן הויז, האט זיך געלוינט יעדע מיה.