אותו האיש

גרינדער פון קריסטנום
(אַריבערגעפֿירט פון יאשקע)

אותו האיש מיינט מען יעזוס, יאָשקע, אדער ווי אין תלמוד בבלי ווערט ער אנגערופען: ישו הנוצרי (ג'תשס"א – ט"ז ניסן ג'תשצ"ג)[1] איז דער הויפט פיגור פון קריסטנטום, ער איז דער וועמענס פילאָסאָפיע קריסטנטום איז באזירט. דער שליח פאולוס קען זיין גערעכנט ווי דער גרינדער. די קריסטן גלויבן אז ער איז דער משיח, און דער זון פון גאט - לויט וואס זיי רופן דעם נייעם טעסטאמענט. ער איז געבוירן געווארן אין בית לחם און אויפגעוואקסן אין נצרת.

אותו האיש
ישו
געבורט 5 לפנה״ס
בית לחם, Q16000109, רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 אפריל 30 (אלט 34 בערך)
Q1003997, רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט נביא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

זיין שטעלע

רעדאַקטירן

לויט דער קריסטליכער טעאלאגיע איז ער געווען דער זון פון גאָט און אויך א בן-אדם. אויך גלויבן זיי אז ער איז געווען משיח בן דוד.

לויט חז"ל איז ער געווען א ממזר; זיין מוטער איז געווען מרים, די ווייב פון פפוס בן יהודה. ביי יודן ווערט ער אפט גערופן יאָשקע, יויזל, יאשקע פאנדרעק, אותו האיש ("יענער מענטש") אדער הצלוב ("דער געהאָנגענער")[2], ווען זיין עכטע פולע נאמען איז געווען 'ישוע' אדער יושע, האט מען עהם גערופן מיט פעלערהאפטיגע בוכשטאבן.

זיין גרויסקייט

רעדאַקטירן

די קריסטן זאגען אז ער איז געווען א רודף שלום, און אז ער האָט געפּראַװעט פֿאַרשידענע מופֿתים,װי צ.ב.ש. ער האָט מחייה מתים געװען און געגאַנגען אויף דעם וואסער ביים כנרת.

די גמרא און די ראשונים זאגן אז אלע וואונדערליכע זאכן וואס ער האט געמאכט איז געווען דורך כישוף.

ישו אין דברי חז"ל

רעדאַקטירן

אין גמרא (מסכת סוטה מז.) ווערט געבראכט אז ישו איז געווען א תלמיד ביי רבי יהושע בן פרחיה, און ער איז אפגעפארן פון יידישן וועג. די גמרא זאגט אז ער איז געווען א ממזר, זיין מאמע האט געהייסן מרים, זיין טאטע איז געווען א סאלדאט אין דער רוימישער ארמיי, זיין מאמע'ס יודישער מאן האט געהייסן פפוס. ער איז געוען א מסית און מדיח, דאס הייסט ער האט אראפגעפירט יודן פון יודישקייט און צוגערעדט דינען עבודה זרה. און די קריסטן טענה'ן אז מרים האט געשוואנגערט אן א מאן, נאר דורך א רוח.

לויט געוויסע אידישע היסטאריקער רעדט די גמרא פון אן אנדער מענטש ישו, וויבאלד רבי יהושע בן פרחיה איז געווען ארום 100 יאר פריער, און אין יענע צייטן איז געווען אסאך וואס האבן געהייסן מיט דעם נאמען.

לויט דער אידישער מסורה האט פפוס איינגעשפארט זיין פרוי מרים אין הויז, זי האט נישט געטארט רעדן צו קיינעם, נישט ארויסגיין אין ערגעץ, דאס האט געברענגט דערצו אז זי זאל זינדיגן מיט א פרעמדן גוי.

די אידן האבן ג'חזר'ט דעם פסוק אין פרשת ראה בנים אתם לה' אלהיכם, משה רבינו האט געזאגט פאר אלע אידן איר אלע זענט קינדער פון גאט, עס איז נישט דא בלויז איין קינד פון גאט. דעריבער שרייען אידן אין די בתי מדרשים שמע ישראל ה' אחד, אידן האבן בלויז איין גאט נישט קיין צוויי.

זיין שטארבן

רעדאַקטירן

די יודישע חכמים האבן אים דן געווען אז ער מאכט כישוף און איז מסית ומדיח יודן פון זייער גלויבן, מען האט געשטעלט א בית דין, געברענגט עדות, דערנאך האט מען פערציג טעג גערופן ווער עס קען אפפרעגן דעם פסק פון בית דין זאל קומען, קיינער איז נישט געקומען, האט מען אים געכאפט און אין איבערגעגעבן אין די הענט פון די רוימער, וויבאלד די אידן האבן נישט געטארט דעמאלטס הרג'ענן נאר די גוים.

די רומאים האבן אים געהארגעט און געקרייצט ווי א צלם.

זײַן שטאַרבן (נאך א װערסיע)[פֿעלט אַ מקור]

רעדאַקטירן

די יודישע חכמים האבן אים דן געווען מיטן זינד אז ער מאכט כישוף און איז מסית ומדיח יודן פון זייער גלויבן, האט מען אים געכאפט, מען האט געשטעלט א בית דין, געברענגט עדות, און דן געווען צו סקילה, דערנאך האט מען פערציג טעג גערופן ווער עס קען אפפרעגן דעם פסק פון בית דין זאל קומען, קיינער איז נישט געקומען, האט מען יענעם ערב פסח די סנהדרין פארשטיינערט דעם אותו האיש, דורך אראפווארפן א צוויי שטאקיקן הויז, דערנאך האט מען, ווי דער הלכה, זיין טויטער קערפער אויפגעהאנגען אויף א בוים, מיט ביידע הענט געבינדן אויף ארויף (נישט אויסגשפרייט ווי די קריסטן זאגן), פאר א גאר קורצע וויילע בערך א מינוט, און תיכף באגראבן און א דערנעבנדיגן פעלד. שפעטער האט דער אייגנטומער פונעם פעלד נישט וועלנדיג אז זיינע נאכפאלגער זאלן קומען אין מאכן א גאנצע איבערקערעניש אויף זיין פעלד האט ער איהם ארויסגענומען און איהם באגראבן אויף אן אנדערער אומבאקאנטער ארט.

שפעטער ווען זיינע נאכפאלגער זענען צוריקגעקומען און געזען אז זיין קערפער איז פארשוואונדן האבן זיי געזאגט אז ער איז ארויפגעפלויגן אין הימל און ער גייט צוריקומען זיין דער משיח.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. צומינדעסט פאר דריי טאג.
  2. תפוז