יידישקייט

(אַריבערגעפֿירט פון אידישקייט)

ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז אַן אַברהמישע, מאָנאָטעאיסטישע, עטנישע רעליגיע וואָס מאכט אויס די געמיינזאמע רעליגיע, קולטור, און לעגאַלע טראַדיציע און ציוויליזאַציע פון ​​דעם ייִדישן פאלק.[1]

יידישקייט אלס אַן אָרגאַניזירטע רעליגיע האט זיך אנגעפאנגן אין מיטל מזרח, אין דער בראנדז־עפאכע.[2] אנגעהויבן האט זיך עס אלס יאהוויזם, די רעליגיע פון ​​מלכיות ישראל ויהודה, און עס האט זיך אזוי אנטוויקלט אז ביז סוף זעקסטן יארהונדערט לפני הספירה האט עס שוין געקריגן די צורה פון היינטיגן יידישקייט[3] וועלכע ווערט דעריבער באטראכט אלס איינס פון ​​די עלטסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס.[4] ביי יידן ווערט יידישקייט באטראכט אלס דער אויסדרוק פון דעם בונד וואס גאט האט אויפגעשטעלט מיט זייערע אבות, די בני ישראל.[5] יידישקייט אַנטהאלט אַ ברייטע זאמלונג פון כתבים, געפירעכטס, השקפות אין אמונה, און פארמען פון אָרגאַניזירונג.

די תורה, ווי עס ווערט געווענליך פארשטאנען ביי יידן, איז א טייל פון די כתבים וועלכע זענען באקאנט אלס "תנ"ך". דער תנ"ך איז אויך באקאנט ביי וועלטליכע געלערנטע און די נושא פון רעליגיעס אלס דער העברעאישער תנ"ך. איר ביילאגע, די תורה שבעל פה, ווערט רעפּרעזענטירט אין שפּעטערדיגע כתבים ווי מדרש און גמרא. דאס לשון־קודש ווארט תורה קען באדייטן "אויסלערנען", "חק (געזעץ)", אדער "הוראה (אנווייזן)",[6] הגם "תורה" קען אויך ווערן גענוצט אלס א אלגעמיינער טערמין וואס די מכוון איז יעדע יידישן כתב וואס איז מסביר אדער טוט מרחיב זיין אין די אָריגינעלע חמשה חומשי תורה. די תורה, רעפּרעזענטירנדיג די יסוד פון די ייִדישע רוחניות'דיג און רעליגיעזע מסורה, איז אַ טערמין און אַ ריי לערנונגען וואָס זענען בפירוש אויף זיך מעיד די מיינונג אז זי באשטייט פון מינדסטער זיבעציג, און אפשר גאר עד אין סוף, שיטות און אפטייטשן.[7] יידישקייט'ס כתבים, טראדיציעס, און השקפות, האבן שטארק באאיינפלוסט די שפעטערע אברהמישע רעליגיעס, אריינגערעכנט קריסטנטום און איסלאם.[8][9] העברעאיזם, ווי העלעניזם (מתיוונים), האָט געשפילט אַ שטארקע ראָלע אין דער פאָרמירונג פון מערב ציוויליזאַציע, דורך איר ווירקונג אלס אַ יסודת'דיגן הינטערגרונט עלעמענט פאר די התחלה פון קריסטנטום.[10]

אין אידישקייט זענען פאראן פארשידענע רעליגיעזע באוועגונגען, רוב פון זיי זענען ארויסגעקומען פון רבנישע אידישקייט[11][12] וואס האלט אז גאט האט אנטפלעקט זיין תורה און מצוות צו משה רבינו אויפן בארג סיני סיי אין פארם פון תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה.[13][14] היסטאָריש, איז די שטעלונג גענצליך אדער טיילווייז געטראפן געווארן מיט קעגנערשאפט פון פאַרשידענע גרופּעס, ווי די צדוקים און מתיוונים אינעם זמן בית שני;[15] די קראים אין דער פריער און שפעטער מיטל-אלטערישער תקופה; און צווישן חלקים פון די לעטצדיגע נישט-ארטאדאקסישע חלקי היהדות.[16] עטליכע היינטיגע צווייגן פון ייִדישקייט, אַזאַנס ווי הומאַניסטישע ייִדישקייט, קענען אפשר גערעכנט ווערן אלס סעקולאר אָדער אומטהעיסטיש.[17][18] היינט זענען די גרעסטע יידישע רעליגיעזע באוועגונגען די ארטאדאקסישע יידישקייט (חרדי יידישקייט און מאדערן אָרטאָדאָקסישע יידישקייט), קאָנסערוואַטיווע אידישקייט און רעפארם. הויפּט חילוקים צווישן די גרופּעס זענען זייער צוגאַנג צו הלכה, די אויטאָריטעט פון דער רבנות טראַדיציע, און דאס חשיבות און וויכטיגקייט פון מדינת ישראל.[19][20][21] די ארטאדאקסישע יידישקייט האלט אז די תורה און הלכה זענען פון גאט, אייביג און אומבייטיג, און מען דארף זיי שטרענג היטן. קאָנסערוואַטיווע און רעפארם יידישקייט זענען מער ליבעראַל, מיט אבער קאָנסערוואַטיווע יידישקייט פארקויפנדיג א אפטייטשונג פון יידישקייַט'ס פארלאנגן וואס איז מער טראַדיציאָנעליסטיש ווי רעפאָרם.[22] א טיפישע רעפארם פאזיציע איז, אז מען דארף באטראכטן די הלכה אלס א סכום אלגעמיינע גיידליינס אנשטאט ווי א סכום באגרעניצונגען און אבליגאציעס וואס זענען א חוב אויף אלע יידן. היסטאָריש האָבן בתי דין ענפארסירט הלכה; הייַנט, הגם בתי דין עקזיסטירן נאך, איז אָבער דאס היטן ייִדישקייט מערסטנס פרייוויליג.[23] אויטאָריטעט אויף השקפה, אמונה, און הלכה, איז נישט אנגעהאנגן אין איין ספעציפישע מענטש אָדער אָרגאַניזאַציע, נאר אין די כתבי קודש, און אין די רבנים און תלמידי חכמים וואָס טוען זיי אפלערנען.

יידן זענען אַן עטנאָרעליגיעזע גרופּע, אַרייַנגערעכנדיג געבוירענע יידן (דהיינו "עטנישע יידן") און גרים. אין 2019 איז די וועלטס יידישע באפעלקערונג געשטאנן ביי א געשאצטע 14.7 מיליאן, בערך 0.19% פון די גאנצע וועלטס באפעלקערונג.[24] אין 2021 האבן דאן אומגעפער 45.59% פון אלע יידן געוואוינט אין ישראל, און נאך 42.06% אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע, רוב פון די איבעריגע וואוינען אין אייראפע, און אנדערע מינאריטעטן זייענדיג פארשפרייט איבער לאטיין אמעריקע, אזיע, אפריקע און אויסטראליע.[25]

היסטאריע

רעדאַקטירן

התחלה פון יידישקייט

רעדאַקטירן

ביי איר שורש, איז די תנ"ך אַן אפרעכענונג איבער די שייכות פון דער בני ישראל מיט גאָט, פון זייער פריעסטע געשיכטע, ביזן בנין בית המקדש השני (בערך 535 ל"ה). די תורה פייערט אברהם אבינו אלס דער ערשטער עברי און דער פאטער פון דעם ייִדישן פאלק. אלס שכר פאר זיין מעשה פון אמונה אין איין גאט האט ער באקומען אן הבטחה אז יצחק, זיין צווייטער זון, וועט ירשענען ארץ ישראל (וואס האט דעמאלטס גהייסן כנען). שפעטער זענען די קינדער פון יצחק'ס זון יעקב פארקנעכטעט געווארן אין מצרים , און גאט האט באפוילן פאר משה ער זאל אנפירן דעם יציאת־מצרים. בײַם באַרג סיני האָבן זיי באַקומען די תורה — די פינף ספרי משה. די דאָזיגע ספרים, צוזאַמען מיט נבֿיאים און כתובים, זענען באַקאַנט אלס תורה שבכתב, לאפוקי פון תורה שבעל פה - די משנה און גמרא. עווענטועל האט זיי גאט געפירט קיין ארץ ישראל וואו די משכן איז געשטעלט געווארן אינעם שטאט שילה, און איז דארטן געבליבן פאר איבער 300 יאר צו פארזאמלן דאס פאלק קעגן אטאקירענדע שונאים. מיט די צייט האט די מדרגה רוחניות פונעם פאָלק זיך דערנידערט, האט גאָט ערלויבט פאר די פלשתים צו פארכאַפּן דעם משכן. דאָס יידישן פאלק האָט דאַן געזאָגט צו שמואל הנביא אַז מען דאַרף באַהערשן אַ שטענדיגן מלך, און שמואל האָט באַשטימט שָאול צו זײַן קעניג. ווען דאָס פֿאָלק האָט געדריקט שָאול המלך צו גיין קעגן אַ באַפעל וואָס שמואל אים האָט איבערגעגעבן, האָט גאָט געזאָגט פאר שמואל ער זאָל שטעלן דוד אין זיין אָרט.

איינמאל דער מלך דוד האט זיך אוועקגעשטעלט, האט ער געזאגט פאר נתן הנביא אז ער וויל בויען א קביעת'דיגן בית המקדש, און אלס שכר פאר זיינע מעשים האט גאט צוגעזאגט פאר דוד אז ער וועט ערלויבן זיין זון שלמה זאל בויען דעם בית ראשון, און אז דער קעניגליכן שטול וועט קיינמאל נישט אוועקגיין פון זיינע קינדער.

אנטוויקלונג פון הלכה

רעדאַקטירן

די רבנישע טראדיציע האלט אז די פּרטים און אויסטײַטשונגען פון דער מצוות און אזהרות התורה, די תורה שבעל פה, זענען ארגינעל געווען אן אומגעשריבענע מסורה באזירט אויף דער זאכן וואס גאט האט געזאגט צו משה אויפן בארג סיני. אזוי ווי אבער די רדיפות קעגן די אידן האבן זיך געמערט, און א סכנה האט געהוירט אז די פּרטים וועלן פארגעסן ווערן, האט רבי יהודה הנשיא פארשריבן די דאזיגע הלכות אין דער משניות, און בערך אין יאר 200 לספירה האט מען זיי רעדאקטירט. דער תלמוד איז געווען א צוזאמשטעל פון משנה, און גמרא - פירושים פון רבנים וועלכע זענען רעדאקטירט געווארן איבער די קומענדיגע דריי יארהונדערטן. דער גמרא האָט אריגינירט אין צוויי הויפּט תורה צענטערן, פּאַלעסטינע און בבל.[26] עס האבן זיך אנטוויקלט צוויי דרכי הלימוד, און עס זענען באשאפן געווארן צוויי חיבורים פון תלמוד; דער עלטערע חיבור ווערט גערופן תלמוד ירושלמי. עס איז צונויפגעשטעלט געווארן אין פּאַלעסטינע, ערגעץ אינעם פערדן יאָרהונדערט.[27] דער תלמוד בבלי איז צונויפגעשטעלט געווארן פון דיסקוסיעס אין די בתי מדרש פון די אמוראים רבינא א', רבינא ב', און רב אשי, ביז 500 לספירה, הגם עס איז שפּעטער ווייטער רעדאקטירט געווארן.

אוראלטע תקופה

רעדאַקטירן

לויט דעם תנ"ך, איז געגרינדעט געווארן א ממלכה המאוחדת (פאראייניגטע מאנארכיע) אונטער שאול וואס האט ממשיך געווען אונטער דוד און שלמה, מיט איר הויפטשטאט אין ירושלים. נאָך שלמה'ס מלוכה האָט דאָס פאָלק זיך צוטיילט אין צוויי מלכיות, מלכות ישראל (אין צפון) און מלכות יהודה (אין דרום). דער מלכות ישראל איז חרובֿ געוואָרן אום אומגעפער 720 לפנה"ס, ווען דער ניי-אַססיריאַנער אימפעריעעס האבן איר איינגענומען;[28] פילע מענטשן פונעם הויפּטשטאָט שומרון זענען גענומען געווארן אין געפענגעניש צו די שטאט מעדיע און די כאַבור טייך טאָל. די מלכות יהודה האט ממשיך געווען אלס אַן אומאָפּהענגיגן קעניגרייך, ביז עס איז איינגענומען געווארן אין 586 לפנה"ס דורך נבוכדנצר דער צווייטער פון די ניי-בבל'ישן אימפעריע. די בבליים האָבן חרובֿ געמאכט ירושלים און דעם ערשטן בית המקדש, דער צענטער פון דער אור אַלטער ייִדישער עבודה. די בני יהודה זענען געגאנגן אין גלות בבל, וואס ווערט באטראכט אלס דער ערשטע גלות פון יידן פון זייער לאנד. שפּעטער האבן זיך פילע אומגעקערט צו זייער היימלאַנד, נאָך וואס די פּרס'ישע אַטשעמעניד אימפעריע האט איינגענומען בבל זיבעציג יאר דערויף, אַ געשעעניש באקאנט אלס שיבת ציון. מען האָט געבויט אַ צווייטן בית המקדש און ווידער ממשיך געווען מיט דער עבודת המקדש אזוי ווי פריער.

אין די ערשטע יארן פון בית שני, איז די העכסטע רעליגיעזע אויטאָריטעט געווען אַ ראט באקאנט אלס די כנסת הגדולה, געפירט דורך עזרא הסופר. צווישן די דערגרייכונגען פון דער כנסת הגדולה, איז אז אין דער צייט איז געשריבן געווארן די לעצטע ספרי תנ"ך, און דער רשימת ספרי תנ"ך איז געשלאסן געווארן. פֿונעם דריטן יאָרהונדערט לפנה"ס אן האָט זיך העללעניסטישע ייִדישקייט פֿאַרשפּרייט ביז פּטאָלעמאַיש מצרים.

בשעת דער גרויסער ייִדישער אויפשטאנד, א געשיכטע (66–73 לספירה) וואס ווערט ברייט באריכטעט אין דער ספרי יוסיפון, האָבן די רוימער געפלונדערט ירושלים און חרוב געמאכט דעם צווייטן בית המקדש. שפעטער האט דער רוימישער קייסער האדריאן געבויט אן עבודה זרה אויפן הר הבית און פארבאטן ברית מילה; די דאָזיגע קולטורמארד אַקטן האָבן אונטערגעצינדן דעם מרד בר כוכבא (132–136 לספירה), דערנאך האבן די רוימער פאַרבאָטן תורה לערנען און די פייערונג פון יידישע ימים טובים, און מיט געוואלד ארויסגעצויגן כמעט אלע יידן פון די ערי יהודה. אין יאר 200 לספירה האבן יידן באקומען רוימישע בירגערשאַפט, און יידישקייַט איז געווען אנערקענט אלס אַ רעליגיאָ ליסטאַ ("לעגיטימע רעליגיע"), ביז די אויפקום פון גנאָסטיסיסם און די התחלה פון קריסטנטום אין די פערטע יאָרהונדערט.

נאך דעם וואס ירושלים איז געווען חרוב און די די יידן זענען געווען פארטריבן, איז עבודה ביי יידן שוין נישט מער געווען צענטראלאזירט ארום דעם ביהמ"ק; תפילה האט גענומען דעם ארט פון קרבנות, און עבודה איז איבערגעפרישט געווארן און די צורה פון א קהילה (רעפרעזענטירט מיט מינימום צען דערוואקסענע מענער), און דאס גרינדונג פון די אויטאָריטעט פון רבנים, וועלכע האָבן גענומען דאס ארט אלס רבי'ס און פירער פון אינדיווידועלע קהילות.[29]

הויפּטע כאראקטעריסטיקן און עיקרי אמונה

רעדאַקטירן

אנדערש ווי אנדערע אוראלטע נעבן-מזרח'דיגע געטער, ווערט דער יידישער גאט געשילדערט ווי אן אחד יחיד (איינס, איינער אליין); דער יידישער גאט'ס הויפט באציונגען זענען נישט מיט אנדערע געטער, נאר מיט די וועלט, און מער ספעציפיש, מיט די מענטשן וואס ער האט באשאפן.[30] אזוי אז דער יידישער רעליגיע איז א עטישע מאנאטעיזם: דער גלויבן אז גאט איז איינס, און איז אינטרעסירט אין די מעשים פונעם מענטשהייט.[31] אין יידישקייט איז פאראן תורת הנסתר (קבלה) וואס נאר יחידים האבן אין איר א חלק, אבער עס זענען אויך דא א ריי טעגליכע טאהטן, מצוות מעשיות, וועלכע שאפן געלעגנהייטן פאר יעדן ייד צו האבן א שייכות מיט געטליכקייט.[32]

אין דער גריכיש-רוימער תקופה האבן עקזיסטירט ביי יידן פילע פארשידענע דרכים אין מאנאטהעיסם, אריינגערעכנט די מהלכים וואס האבן געפירט צום אויפקום פון קריסטנטום.[33] דערצו, טענהן מאנכע אַז יידישקייט איז א רעליגיע וואס פארמאגט נישט קיין עיקרים, און פארלאנגט נישט קיין אמונה אין גאט.[34][35] ביי אייניגע, איז זיך פירן על פי הלכה וויכטיגער ווי דאס גלייבן אין גאט.[36] דער וויכוח צו עס איז שייך צו נוצן די טערמינען "אויטענטישע יידישקייט" אדער "יסודות הדת", איז נישט בלויז א וויכוח צווישן רעליגיעזע אידן נאר אויך צווישן היסטאריקער.[37]

וויבאלד יידישקייט איז באזירט אויף מצוות מעשיות, איז אין די שטרענגע זינען נישטא קיין פעסטגעזעצטע עיקרי אמונה וואס זענען אלעמען מחייב אזוי ווי ביי קריסטנטום און איסלאם.[38] חכמי הדורות האבן פארגעלייגט אסאך פארשידענע חיבורים פון הויפט יסודות היהדות, וואס זענען אלע באגרוסט געווארן מיט קריטיק.[39][40][41] די מערסט באקאנטע איז די 'י"ג עיקרי אמונה' פונעם רמב"ם, נתחבר געווארן אין די צוועלפטע יארהונדערט.[42][43] לויטן רמב"ם, וואלט יעדער ייד וואס טוט אפווארפן אפילו איינס פון די פרינציפן געזאלט פאררעכנט ווערן פאר א כופר און אן אפיקורס.[44] אנדערע חכמים האבן פארנומען שיטות וואס האבן זיך אויף פארשידענע אופנים צעשיידט פונעם רמב"ם'ס פרינציפן.[45] אינעם רמב”ם'ס צייטן איז זיין רשימה פון עיקרים קריטיקירט געווארן דורך ר' חסדאי קרשקש, בעל אור להשם, און ר' יוסף אלבו, בעל ספר העיקרים. ר' יוסף אלבו און דער ראב"ד האבן געטענהט אז די פרינציפן פונעם רמב"ם האבן צופיל זאכן וואס, כאטש זיי זענען אמת, זענען נישט יסודות פון אמונה.[46] אויף אן ענליכן שטייגער האט דער אלטער היסטאריקער יוסיפון אונטערגעשטראכן מנהגים און מצוות איבער גלויבן, פארבונדענדיג כפירה מיטן נישט היטן הלכה, און האלטענדיג אז פאר גרות פארלאנגט זיך א ברית מילה און דאס זיך פירן מיט מנהגי ישראל. איבער די פאלגענדע פאר הונדערט יאר זענען דער רמב"ם'ס פּרינציפּן מערסטנס איגנארירט געווארן. שפעטער זענען צוויי פיוט'ישער איבערשריפטן פון די דאזיגע עיקרים ("אני מאמין" און "יגדל") אריינגעשטעלט געווארן אין אסאך סידורים, וואס האט זיי צום סוף געפירט ברייט נתקבל צו ווערן ביי די ארטאדאקסן און קאנסערוואטיווע, הגם רעפארם יידישקייט האט נאר מיטגעשטומט מיט די ערשטע פינף פרינציפן.

אין דער מאדערנער עפאכע פֿעלט אין ייִדישקייט אַ צענטראליזירטע אויטאריטעט וואס זאל דיקטירן א פינטלעכע רעליגיעזע דאגמא. צוליב דעם ווערן פילע פארשידענע נוסחאות פון יסודות הדת פאררעכנט אלס איינשטימיג מיט יידישקייט. מיט דעם אלעם זענען אלע יידישע רעליגיעזע באוועגונגען, אויף א גרעסערן אדער קלענערן פארנעם, באזירט אויף די פרינציפּן פונעם תנ”ך אדער די פארשידענע מפרשים ווי צ.ב.ש. גמרא און מדרש. אויך איז רעלגיעזע יידישקייט גלייכשטימיג אין זייער אנערקענונג אינעם בונד צווישן גאט און אברהם אבינו, ווי אויך אין די אנדערע אספעקטן פונעם בונד וואס זענען אנטפלעקט געווארן צו משה רבינו, וואס ווערט געהאלטן פאר דער גרעסטע נביא ביי יידן. אין משנה, א ספר עיקרי פון רבנישע יידישקייט, ווערט געשריבן אז דאס גלייבן אינעם געטליכקייט פון דעם דאזיגן בונד איז א עיקר אין ייִדישקייט, און אז די וואס ווארפן אפ דעם בונד פארלירן זייער טייל אין עולם הבא.

נאך שווערער ווערט עס היינטיגע צייטן קלארצושטעלן די עיקר יסודות פון ייִדישקייט, צוליב דער צאל און די פארשידנארטיגקייטן פון די הײנטיגע ייִדישע שטרעמונגן. אפילו אויב מען באגרענעצט דעם פראבלעם צו די מערסטע איינפלוסרייכער דרכי מחקר היהדות פונעם ניינצעטן און צוואנציגסטן יארהונדערטן, בלייבט דער ענין קאמפליצירט. למשל, ר' יוסף סאלאווייטשיק'ס (פארבונדן מיט דער מאדערן ארטאדאקסישער באוועגונג) לעזונג פאר מאדערנקייט איז באזירט אויף דעם אז יידישקייט ווערט אידענטיפיצירט מיטן זיך פירן על פי הלכה, כאטש דעם ענדגילטיגן ציל איז אראפצוברענגען קדושה אויף דער וועלט. ר' מרדכי קאפלאן, דער גרינדער פונעם רעקונסטרוקשאניסט יידישקייט, פארלאזט דעם געדאנק פון רעליגיע כדי צו אידענטיפיצירן יידישקייט מיט ציוויליזאציע, און מיט דעם דאגמא פון ציוויליזאציע, צוזאמען מיטן סעקולעראזירן די הויפט אידייען, פארזוכט ער צו אקצעפטירן וויפיל יידישע שטרעמונגן עס איז איהם נאר מעגליך. קאנסערוואטיווע יידישקייט פון ר' שלמה שעכטער איז, לויט זיין מיינונג, גלייך מיטן טראדיציאנאלן מסורה, האלטנדיג אז כאטש עס ווערט באטראכט אלס פירוש התורה, איז עס אליין אויך א געשיכטע פון כסדרדיגע חידושים און צופאסונגן פון הלכות וואס חז"ל האבן דורכגעפירט מיט זייערע שעפערישע אפלערנונגן. ר' דוד פיליפסאן מאלט אויס דעם אלגעמיינעם קאנצעפט פון רעפארם באוועגונג מיטן זיך קעגנגעשטעלן דעם רבנישען צוגאנג, און קומט אזוי צו צו ענליכע מסקנות ווי דעם קאנסערוואטיווער באוועגונג.

מצוות און מנהגים

רעדאַקטירן

יידישקייט איז אויסגעצייכענט מיט עטלעכע מצוות וואס יעדער איינער דארף היטן: שבת, כשרות און טהרת המשפחה.

שבת און יום טוב

רעדאַקטירן
  זעט די הויפּט אַרטיקלען – שבת, יום טוב


דער זיבעטער טאג יעדע וואך איז שבת, וואס הייבט אן ווען די זון גייט אראפ פרייטיק, ביז דריי שטערן קומען ארויס נאך שבת. עס זענען פאראן 39 אבות מלאכות (הויפט סארטן ארבעט) אום אומצאליגע תולדות, ווי אויך תקנות און גזירות פון חז״ל, זאכן וואס מען טוט נישט שבת. אויך ברענגט מען אריין שבת מיט קידוש פרייטיק צונאכט (אויך קידוש שבת בייטאג) און מען מאכט הבדלה שבת-צונאכט צו ווייזן אז די נייע וואך האט אנגעהויבן.

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כשרות


כשרות איז איינע פון די צענטראלע מצוות פון יידישקייט, מיט וואס מען באצייכנט זיך אלס ייד. די הויפט הלכות פון כשרות זענען:

  • וועלכע בעלי חיים מעג מען עסן
  • שעכטן בהמות, חיות און עופות פארן עסן
  • נישט עסן בלוט
  • נישט עסן בשר בחלב, פון וואס שטאמט אז א יידישע קיך האט באזונדערע מיליכיגע און פליישיגע כלים.

טהרת המשפחה

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – טהרת המשפחה


דאווענען

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – דאווענען

א ייד דאווענט דריי מאל א טאג, אינדערפרי שחרית, נאכמיטאג מנחה און ביינאכט מעריב. געוויסע טעג, ד"ה שבת, ראש חודש, יום טוב און חול המועד, דאווענט מען מוסף נאך שחרית. איין טאג אין יאר, יום כיפור, דאווענט מען א פינפטע תפילה, נעילה, פארנאכט.

לערנען תורה

רעדאַקטירן

די תורה באשטייט פון תורה שבכתב, די פינף ספרים פון דער תורה, און תורה שבעל פה, וואס נעמט איין משנה, גמרא, תוספתא, מדרשים און אלץ וואס די חכמים דורך די דורת זענען מחדש. לערנען תורה איז איינע פון די מצוות וואס א ייד דארף מקיים זיין, אבער לערנען תורה האט א ספעציעלן ארט אין דעם לעבן פון א ייד.

היטן מצוות

רעדאַקטירן

ארץ ישראל

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ארץ ישראל


יידישע גלויבונג

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אידישע אמונה פרינציפן

יידישקייט האט נישט קיין סיסטעם פון דאגמעס אזוי ווי אנדערע רעליגיעס. אין יידישקייט לייגט מען א דגש אויף פראקטישע מצוות (מצוות מעשיות). דאך זענען פאראן אנגענומענע עיקרים פון אמונה וואס די גדולים פון די פריערדיקע דורות האבן צאמגעשטעלט. מערסט באוואוסט זענען די דרייצן עיקרים פונעם רמב"ם, וואס הייבט אן מיט אמונה אין איין גאט, וואס האט נישט קיין קערפער און נישט קיין פארעם, אויך אמונה אין נבואה, און איבער אלע נביאים די תורה וואס משה רבנו האט אראפגעבגרענגט. אנדערע הויפט פרינציפן זענען אמונה אין משיח, אין עולם הבא און אין תחיית המתים.

איינער פון די דרייצן עיקרים איז גלייבן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית, אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין זעקס טעג, און אין דעם זיבעטן טאג האט דער אייבערשטער גערוט פון זיין ארבעט. די יאר ציילונגען אין דער יידישער לוח וואס איז היינט אנגענומען הייבן אן פון אנהייב דעם יאר אין וואס די וועלט איז באשאפן געווארן (איין יאר פאר דעם באשאפן אדם הראשון). מען ציילט די יארן מיט יידישע נומערן, דאס הייסט ניצנדיק די אותיות פון א״ב; לויט דעם איז דאס יאר ה'תשפ"ה דאס 5785סטע יאר צו בריאת העולם (דער אות ה' אין אנהייב באדייט די טויזנטער).

אין ספר בראשית ווערט געברענגט אז אדם הראשון און חוה זענען באשאפן געווארן די לעצטע, אום זעקסטן טאג. נאך דעם חטא פונעם עץ הדעת זענען אדם און חוה געווארן פארטריבן פון גן עדן, און מיט דעם הייבט אן די געשיכטע פון דער מענטשהייט.

יידן איבער דער וועלט

רעדאַקטירן

במשך די יארן זענען די יידן געווארן באזונדערע עטנישע גרופעס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט: די אשכנזים פון מזרח און צענטראלער אייראפע, די ספרדים פון שפאניע, פארטוגאל און צפון אפריקע, די עדות המזרח פון בבל און אינדיע, די תימנים פונעם אראבישן האלבאינדזל. כאטש דער נוסח התפילה ענדערט זיך צווישן די פארשידענע גרופעס אבער אלע האלטן איין תורה.

ייִדן אין אײראָפע

רעדאַקטירן

כּלל ישׂראל האָט זיך פלאצירט ‫אין משך די פֿאַרגאַנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראַלע אָפּטײלונג. אײראָפּע איז אַ יבשה אױף מזרח זײט פֿונעם ערד קוגל, זי גרענעצט זיך מיט אַזיע, זי פֿאַרמאָגט פילע לענדער, פיל פֿון זײ זענען אומבאַקאַנטע נעמען פֿאַר איִדן װעלכע האָבן גאַנץ װײניג געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט זײ אין די היסטאָריע. ייִדן זענען געקומען צו דער אײראָפּעיִשער יבשה נאָך אין די צײַטן פֿונעם צװײטן בית המקדש, אין לױף פֿון די דורות האָבן איִדן געװאַנדערט פֿון אײן לאַנד צום צװײטן אין אײראָפּע.



שבת תורה תפילה
הייליגע טעג 
ימים טובים פאַסטן ציַיטן געדיינקט טעג


ספרים


בעוווסטע און בארימטע מענטשן

אין תנ"ך ביַי די חז"ל ביַי די ניַיע ציַיט

געמיינדעס

רעדאַקטירן
פריעריגע געמיינדעס צייטליכע געמיינדעס

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. http://www.jewishencyclopedia.com/articles/9028-judaism
  2. https://web.archive.org/web/20110513215113/http://www.bbc.co.uk/religion/religions/judaism/history/history_1.shtml
  3. https://books.google.com/books?id=s8kA6eaz7hsC&pg=PA224
  4. https://web.archive.org/web/20180315052851/http://www.pbs.org/wgbh/globalconnections/mideast/themes/religion/
  5. https://web.archive.org/web/20110827210045/http://berkleycenter.georgetown.edu/resources/traditions/judaism
  6. https://web.archive.org/web/20220311174152/https://aish.com/what-is-torah/
  7. https://web.archive.org/web/20220311174951/https://www.sefaria.org/sheets/22645?lang=bi
  8. https://en.wikipedia.org/wiki/Special:BookSources/978-1-55876-144-5
  9. https://en.wikipedia.org/wiki/ISBN_(identifier)
  10. Cambridge University Historical Series, An Essay on Western Civilization in Its Economic Aspects, p.40: Hebraism, like Hellenism, has been an all-important factor in the development of Western Civilization; Judaism, as the precursor of Christianity, has indirectly had had much to do with shaping the ideals and morality of western nations since the christian era.
  11. https://books.google.com/books?id=nQDkLzQimk8C
  12. https://web.archive.org/web/20200612181058/https://www.britannica.com/topic/Rabbinic-Judaism
  13. https://web.archive.org/web/20020112052251/http://www.torah.org/learning/basics/primer/torah/oraltorah.html
  14. https://web.archive.org/web/20210308032107/https://www.britannica.com/topic/Sadducee
  15. https://books.google.com/books?id=nQDkLzQimk8C
  16. http://www.jewishencyclopedia.com/articles/9211-karaites-and-karaism
  17. https://web.archive.org/web/20210108004353/https://www.jstor.org/stable/40604707
  18. https://www.jstor.org/stable/j.ctv941t1h.14
  19. https://www.encyclopedia.com/philosophy-and-religion/judaism/judaism/judaism
  20. https://web.archive.org/web/20210108095604/https://www.jstor.org/stable/10.2979/jss.2009.15.3.56
  21. https://web.archive.org/web/20210109101053/https://www.jstor.org/stable/25834177
  22. https://web.archive.org/web/20210427182340/https://www.jstor.org/stable/26864696
  23. https://web.archive.org/web/20150427092415/http://www.britannica.com/EBchecked/topic/63134/bet-din
  24. https://www.jewishdatabank.org/content/upload/bjdb/2019_World_Jewish_Population_(AJYB,_DellaPergola)_DataBank_Final.pdf
  25. https://web.archive.org/web/20230210203455/https://worldpopulationreview.com/country-rankings/jewish-population-by-country
  26. https://web.archive.org/web/20190503060143/http://www.jewishencyclopedia.com/articles/14213-talmud
  27. https://web.archive.org/web/20190503060143/http://www.jewishencyclopedia.com/articles/14213-talmud
  28. https://web.archive.org/web/20230210203455/https://books.google.com/books?id=etTUEorS1zMC&pg=PAPA174
  29. https://books.google.com/books?id=nQDkLzQimk8C
  30. נחום מ. סארנא (1996). פארשטיין ספר בראשית. 
  31. נייזנער, יעקב (2003). דעפענירן יידישקייט. 
  32. קדושין, מעקס (1972). דער רבנישע געדאנקן גאנג. Bloch Publishing Company, 194. 
  33. .Newman, Carey C.; Davila, James R.; Lewis, Gladys S., eds (1999). דער יידישע שרשים פונעם קריסטאלאגישע מאנאטעיזם; פאפירן פונעם סט. אדרוס קאנפערענץ איבער דער היסטארישע מקורות פונעם דינען ישו. ISBN 978-90-04-11361-9. 
  34. Maimes, Steven (2013). איז דא א יידישער טעאלאגיע צו נישט?. 
  35. סעפטימוס, דניאל. מוז א ייד גלייבן אין גאט? (ענגליש). My Jewish Learning.
  36. שטיינבערג, מילטען (1947). בעסיק יידישקייט, Basic Judaism (אויף ענגליש). New York: Harcourt Brace Jovanovich, p. 36. 
  37. לענגטאן, דניאל ר. (2011). נארמאטיווע יידישקייט? יידן, יידישקייט, און יידישער אידענטיטעט ,Normative Judaism? Jews, Judaism and Jewish Identity (אויף ענגליש). Gorgias press. ISBN 978-1-60724-161-4. 
  38. קאהלער, קויפמאן; הירש, עמילי ג. (1901-1906). in זינגער, איזידור עט אל: עיקרי אמונה, Articles of faith, The Jewish Encyclopedia (אויף ענגליש). 
  39. קאהלער, קויפמאן; הירש, עמילי ג. (1901-1906). in זינגער, איזידור עט אל: עיקרי אמונה, Articles of faith, The Jewish Encyclopedia (אויף ענגליש). 
  40. יאקאבס, לואיס (2007). "יידישקייט, Judaism", in סקאלניק, פרעד; בירנבוים, מיכאל: Encyclopaedia Judaica, Vol 11 (2nd ed.) (אויף ענגליש), Detroit: Macmillan Reference. ISBN 978-0-02-866097-4. 
  41. ר' שלמה ממונפלייה, יד רמה;
  42. קאהלער, קויפמאן; הירש, עמילי ג. (1901-1906). in זינגער, איזידור עט אל: עיקרי אמונה, Articles of faith, The Jewish Encyclopedia (אויף ענגליש). 
  43. יאקאבס, לואיס (2007). "יידישקייט, Judaism", in סקאלניק, פרעד; בירנבוים, מיכאל: Encyclopaedia Judaica, Vol 11 (2nd ed.) (אויף ענגליש), Detroit: Macmillan Reference. ISBN 978-0-02-866097-4. 
  44. בלומענפעלד, מרדכי (May 2009). Maimonides' Thirteen Principles, דער רמב"ם'ס י"ג עיקרים (ענגליש). Aish HaTorah.
  45. סעפטימוס, דניאל. די י"ג עיקרי אמונה, The Thirteen Principles of Faith. MyJewishLearning.com.
  46. קאהלער, קויפמאן; הירש, עמילי ג. (1901-1906). in זינגער, איזידור עט אל: עיקרי אמונה, Articles of faith, The Jewish Encyclopedia (אויף ענגליש). 
ציטירן גרײַז: <ref> טאַג מיטן נאָמען "Population of Jews" דעפֿינירט אין<references> נישט געניצט אין פֿריערדיקן טעקסט.
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: יידישקייט
 

די טעמע האט א פארטאל