ברויט איז אן עסן וואס ווערט געמאכט פון א טייג, וואס איז מעל אויסגעמישט מיט וואסער; מען באקט דעם טייג, אדער אמאל טוט מען פרעגלען אדער קאכן דעם טייג. ברויט קען זיין אדער געזייערט אדער נישט געזייערט (ווי מצה). אין דעם טייג גיט מען אריין זאלץ און א זייערמיטל ווי הייוון אדער סאדע. אפטמאל מישט מען אריין פעט. ס'איז פאראן סארטן ברויט וואס זענען געמאכט מיט צוקער, מילך, אייער, ראזשינקעס, ציבל און זוימען (מאן, קימל אדער סעזאם).

רעפטליך ברויט ארויס פון פלאסטיק זעקל

פריש ברויט איז געשמאק; עס שמעקט גוט, זעט אויס גוט און האט א גוטן טעם.

אמאליגע צייטן איז דאס געווען גאנצעטע היינט איז דאס צושניטן. אבער אין פארשידענע לענדער איז דאס נאך אלסט נישט צושניטן, און דאס קומט אין פארשידענע מינע פארעמען.

עס איז דא היינט בעיקר ווייס ברויט, ווי אויך האולוויט וואס איז געזונטער.

עטימאלאגיע

רעדאַקטירן

אסאך שפראכן האבן ענלעכע ווערטער פאר ברויט, ווי ענגליש bread, האלענדיש brood, דייטשיש Brot, שוועדיש bröd און נארוועגיש און דעניש brød.

די יסודות

רעדאַקטירן

אויב איר נעמט א רעפטל ברויט און וועט דאס באטראכטן פון דער נאנט וועט איר באלד באמערקן אז דאס איז פיל מיט קליינע לעכער. די לופט לעכער מאכן דעם ברויט ווייעך ווי א ספאנדזש. איר וועט אויך באמערקן אז ברויט איז פייכט. אויב איר וועט לאזן דעם רעפטל אינדרויסן פאר עטליכע שטונדן וועט די גאנצע פייכקייט אויסטרוקענען און דאס רעפטל וועט מער נישט זיין צום עסן.

כדי צו מאכן א ברויט דארף מען נאכפאלגן צוויי יסודות. די ערשטע יסוד פון ברויט איז די לופט לעכער וואס אן דעם וועט דאס קיין ברויט קיינמאל נישט זיין. צו דעם פארלאנגט זיך הייוון וועלכע עסט אויף די צוקער און באשאפט אלקאהאל און קארבאן דיאקסייד אין דעם פראצעדור. די קארבאן דיאקסייד גאז מאכט די לעכער אינעם ברויט און עס גייט נישט ארויס פון די ברויט אפילו ווען עס ליגט אינעם הייסן אויוון און דאס ברויט בלייבט ברויט. אויב זאל די קארבאן דיאקסייד ארויסגיין וועט די ברויט באלד ווערן ווי א קיכל. די אלקהאל וואס ווערט באשאפן ווערט יא אויסגעברענט ווען עס באקט זיך און דאס גיט א טעם פאר'ן ברויט.

צווייטנס דארף א גוט ברויט געמאכט ווערן דייקא פון ווייץ מעל און דארף ווערן געקנעטן ביז עס ווערט א ווייכע טייג. מען קען מאכן ברויט אויך פון אנדערע סארט מעל, אבער א גוטע ברויט איז געמאכט פון ווייץ וויבאלד ווייץ פארמאגט אין זיך א פראטעין וועלכע ווערט גערופן גלוטאן וועלכע נעמט אויף די קארבאן דיאקסייד וועלכע ווערט געשאפן און האלט דאס צוזאמען און מאכט די טייג ווי א באלון וועלכע קען זיך אויסציען. ווען דאס ווערט אפגעבאקן בלייבט דאס צוזאמענגעהאלטן אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי ווען עס איז געווען א טייג וויבאלד די קארבאן דיאקסייד גייט נישט ארויס ווי מיר האבן פריער ערקלערט.

מ'קען באקן ברויט אויך מיט מעל געמאכט פון אנדערע סארטן תבואה, ווי ספעלט, קארן, גערשט און האבער.

הייוון און איר ראלע אין ברויט

רעדאַקטירן

הייוון איז א געוואוקס פון די שוועמל (מאשרום) פאמיליע און געפינט זיך אין יעדע פלאץ אין די וועלט וואו עס עס קען וואקסן גראז און ביימער. הייוון איז איינצעלענע צעלן פון שוועמל וועלכע ווערן צוזאמענגענומען אינאיינעם און ווערט פארקויפט אלס הייוון. עס איז פאראן פארשידענע וועגן וויאזוי מען שטעלט צוזאם די הייוון און דאס ווענדט זיך צו וואס מען נוצט עס. וויין און ביר ווערן אויך געמאכט מיט די הילף פון הייוון אבער דאס איז שוין אנדערש צוזאמענגעשטעלט. די הייוון זענען צוזאמענגעשטעלט פון עטליכע כעמיקאלן און די כעמיסטערס קענען דאס טוישן און צוזאמענשטעלן וויאזוי זיי ווילן.

אין ברויט (און אויך אין וויין און ביר) וועט די הייוון פארברענען די נאטורליכע צוקער וואס איז פאראן דארט. ווען דאס ווערט פארברענט פאסירט א כעמיקאלע רעאקציע וועלכע איז באקאנט אלס קארבאן דיאקסיד. אין וויין און אין ביר האט די קארבאן דיאקסייד א גרויסע ראלע אין דעם טרונק וויבאלד עס פראדוצירט נאטורליכע גאז. אין ברויט ווערט די קארבאן דיאקסייד בלאקירט פון די פייכטע טייג און קען נישט ארויסגיין. אבער די גאזן קעמפן מיט די טייג און דאס מאכט אז די טייג זאל זיך אויפבלאזן און נאר א דאנק דעם האבן מיר ברויט.

עס וואלט געווען אינטרעסאנט זיך דאס אליינס צו איבערצייגן און איר וועט דארפן מאכן אן עקספרימענט וועלכע גייט ווי פאלגענד:

גרייט אן א גרויסע זיפלאג פריזער בעג וועלכע קען אנטהאלטן מער ווי א האלבע גאלאן וואסער. א ברייטע סלייס הייוון פון גראסערי געשעפט. א גלעזל ווארים וואסער פון ארום 100 דעגרי (אויב די פינגער שפירט נישט ווארים און נישט קאלט איז דאס בערך 100 דעגרי). און א האלבע קאפ צוקער.

לייגט אריין די הייוון אין דאס גלעזעל וואסער דאס צו אקטיוויזירן און דערנאך גיסט אריין די צוקער. ווען איר זענט פארטיג לייגט די גאנצע געמישעכץ אריין אין דעם פריזער בעג און מאכט דאס צו אבער נעמט ארויס ווי מער לופט בעפאר עס איז גענצליך צוגעמאכט און לאזט דאס ליגן בערך א שטונדע אין א ווארימע פלאץ.

ווען איר וועט צוריק קומען דערצו וועט איר באלד זען אז די הייוון צעלן האבן פראדוצירט קארבאן דיאקסייד. די בעג וועט זיין אנגעפילט מיט גאז און דאס וואסער וועט האבן באבעלס ווי סאדע וואסער. ווי לענגער איר וועט דאס לאזן אלס מער קארבאן דיאקסייד וועט באשאפן ווערן און די בעג וועט ווערן פילער און פילער ביז ווילאנג עס וועט פלאצן נאך בערך א מעת לעת. אין יעדע שטונדע וועט יעדע הייוון צעל פראדוצירן קארבאן דיאקסייד איר וואג וואס מיינט אז די הייוון דאפעלט זיך יעדע שטונדע.

נאך מער אינטרעסאנט איז אז די הייוון צעלן ארבעטן מיט א ווידער-פראדוציע סיסטעם גענוי ווי מענטשן. א צעל געבורט א נייע צעל און ווען די נייע צעל איז ערוואקסן געבורט עס אליינס א צעל און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער און עס געבורט דורות פון צעלן אין עטליכע שטונדן. אין די צייט וואס מען לאזט א טייג יערן האט עס צייט צו געבוירן איין נייע דור פון צעלן. אגב, איז וויכטיג צו וויסן אז הייוון דארף זיין פריש ווייל די צעלן שטארבן אויס און מיט אלטע הייוון קען מען נישט מאכן קיין ברויט אדער חלות.

ווען מען מאכט א ברויט טייג דארף מען נישט אריינלייגן קיין עכטע צוקער כדי עס זאל פראדוצירט ווערן קארבאן דיאקסייד און די טייג זאל זיך יערן. ווען די הייוון קומט זיך צוזאם מיט די ווייץ מעל זוכט עס אפיר אלע נאטורליכע צוקער און פראדוצירט אפילו נייע צוקער וועלכע ווערט גערופן מאלטאס. אין דעם עקספרימענט וועלכע מיר האבן געגעבן פאסירט די גאנצע זאך זייער שנעל וויבאלד עס איז פאראן אסאך צוקער. אויב עס איז נישט פאראן קיין ווייסע צוקער וועט דאס געדויערן מער צייט וויבאלד עס וועט ערשט דארפן פראדוצירן די צוקער און דערנאך וועט ערשט געשאפן ווערן די קארבאן דיאקסייד.

נארמאל וואלט די קארבאן דיאקסייד געברויכט ארויסגיין פון די טייג ווייל עס איז גענוג שטארק און עס זוכט געווענליך אקסיגן. אבער אין א ברויט פאסירט אן אינטרעסאנטע זאך אז עס ווערט אפגעהאלטן פון די טייג דורך גלוטאן וועלכע ליגט אין די ווייץ. אבער כדי דאס זאל ארבעטן מוז מען קנעטן דעם טייג וועלכע פראדוצירט קייטן פון די גלוטאן וועלכע האלטן זיך צוזאם און בלאקירן די קארבאן דיאקסייד פון ארויסגיין. אויב איינער זאל נוצן א בלענדינג מאשין צו מאכן א טייג און דאס נישט קנעטן וועט דאס נישט יערן וויבאלד די גלוטאן וועלן נישט פארמירן קייטן און דאס טייג וועט נישט ווערן ציעדיג ווי א באלון.

עס איז אויך פאראן א וועג וויאזוי צו מאכן יערן ברויט מיט כעמיקאלן ווי בעקינג פאודער אדער אנדערע כעמיקאלן. עס איז אפילו פאראן צו באקומען מעל וועלכע פארמאגט שוין אין זיך בעקינג פאודער. אבער ריכטיגע ברויט איז דאס בעסטע מיט הייוון. ברויט דורך כעמיקאלן ווערן אנגערופן שנעלע ברויט וועלכע ווערט גענוצט אין פארשידענע געבעקס ווי מאפינס אדער באנענא ברויט.


דאס באקן

רעדאַקטירן

ברויט פארמאגט נישט נאר מעל און וואסער, מען לייגט אריין דערין אביסל צוקער און זאלץ צו געבן א טעם. די צוקער העלפט די הייוון זיך יערן און דאס זאלץ טוט דאס פארקערטע, אבער וויבאלד עס איז פאראן פון ביידע גלייכט זיך דאס אויס און עס עפעקטירט נישט די יערן פראדעצור. ברויט פארמאגט געווענליך אביסל גרינצייג אויל און אמאל קען אויך ליגן דארט נאך עטליכע זאכן אבער נאר א קליין ביסל פון זיי. אלעס איז געוואנדן לויט'ן בעקער און דאס מאכט איין ברויט אנדערש אין טעם ווי א צווייטע. מען קען אויך נוצן מילך אין ברויט און עס האט זייער א גוטע טעם אבער עס איז נישט אויפגעכאפט צווישן אונז.

דער בעקער וועט ערשט דארפן ווייקן די הייוון אין וואסער דאס צו מאכן אקטיוו בעפאר מען מישט דאס אריין מיט אלע אנדערע זאכן. ווען אלעס איז שוין אויסגעמישט איז די טייג קלעבעדיג און מען וועט דארפן נוצן מעל צו קענען קנעטן מיט די הענט. דאס קנעטן הייבט אן מאכן גלוטאן קייטן ווי מיר האבן פריער ערקלערט און נאכ'ן קנעטן א שטיק צייט ווערט די טייג אויס קלעבעדיג און דעמאלט ווייסט מען אז עס דער פראדעצור איז פארטיג און מען לייגט עס צו יערן אין א ווארימע ארט פאר 60 ביז 90 מינוט. מען דעקט געווענליך צו די טייג עס זאל זיך נישט אויסטרוקענען און די וויכטיגסטע טייל פון מאכן ברויט פאסירט פון זיך אליינס.

היינטיגע צייטן דארף מען מער נישט קנעטן מיט די הענט זינט מיר האבן מאשינען וועלכע טוט די קנעטן ארבעט פאר אונז. קנעטן איז א שווערע ארבעט וועלכע יעדע פרוי האט אמאל געברויכט טאן מיט די אייגענע הענט און האט געקאסט כוחות.

ווען עס איז פארטיג דרוקט מען אראפ די טייג ארויסצונעמען די לופט און מען לייגט אריין די טייג אין די בעקעלעך אין וועלכע זיי באקן זיך און מען לאזט דאס דארט נאכאמאל יערן צו דאפעלט די סייז. ווען עס ענדיגט יערן איז מען פארטיג מיט'ן מאכן די ברויט און מען שטעלט דאס אריין אין אויוון צו באקן.

א ברויט באקט זיך בערך צווישן א האלבע שטונדע און 45 מינוט. ווען עס איז פארטיג קומט ארויס א גוטע ביאלאגישע און כעמיקאלע מייסטערהאפטיגע פראדוקט וועלכע מיר רופן ברויט.


ברויט ארום דער וועלט

רעדאַקטירן

קיינער ווייסט נישט ווען ברויט איז אויסגעטראפן און טייל ווילן זאגן אז די עגיפטישע האבן אויסגעטראפן דעם פראצעדור פון אריינלייגן הייוון. די וואס גלייבן אין דעם זאגן אז עס איז נישט מעגליך אז איינער האט גענוצט זיין שכל צו טראכטן אז מיט הייוון קען מען מאכן ברויט און עס מוז זיין אז דאס איז געווען א צופאל. די וועלט זאגט אז די עגיפטישע זענען געווען די ערשטע וואס האבן געטרינקען ביר און זיי טראכטן אז ביים מאכן די ביר איז אריינגעפאלן הייוון אין ברויט אדער אן ענליכע עקסידענט און ברויט איז ערפינדן געווארן.

דאס ברויט וואס מען אין אמעריקע שטאמט פון בריטאניע און פארמאגט א גוט רינדל וועלכע איז די בעסטע טייל פון דעם ברויט. אין פראנקרייך גלייכט מען נישט די רינדל פון דעם ברויט וויבאלד עס איז צו דיק און אנשטאט האבן זיי אויסגעטראפן די באגעט וועלכע פארמאגט א דינער רינדל און פארמאגט אסאך מער לעכער אינעם ברויט. אין אמעריקע איז אויך פאראן בוגעט אבער וויבאלד אמעריקאנער גלייכן רינדל קומען אונזערע בוגעטס מיט דיקע רינדל.

פארקויפן געסלייסטע ברויט איז אן אמעריקאנער קאנצעפט. אין אסאך אנדערע לענדער איז נישט פאראן אזא זאך און מען סלייסט ברויט מיט א מעסער.

די דייטשע זענען די וועלט'ס גרעסטע ברויט עסער און זיי באקן 300 ערליי ברויטן פון וועלכע איבער 100 ערליי זענען פאראן צו באקומען איבער'ן גאנצן לאנד. דאס לאנד פארמאגט 17,000 קאמערציאלע בעקערייען און נאך 1,200 קליינע בעקערייען וועלכע מאכן אנדערע ברויטן ווי די גרויסע. 80 מיליאן איינוואוינער עסן אויף ארום 1.1 מיליאן טאנען ברויט, 5 מיליאן טאנען ראללס, און א האלב מיליאן טאן פרעצעלס פער יאר. דאס לאנד טראגט די וועלט'ס רעקארד פון דאס מערסטע ברויט אלע יארן. די דייטשע עסן ברויט אין יעדע סעודה און באטראכטן דאס אלס א וויכטיגע און געזונטע עסן וועלכע יעדער דארף האבן אין זיין דיעטע. איין סארט ברויט וואס מען באקט אין דרום דייטשלאנד איז דאס פרעצל.

אין איטאליע באקט מען פיצא, און ביי יידן בייגלעך.

אגב, דער נאמען ברויט שטאמט פון דייטשלאנד. אין אסאך שפראכן זאגט מען דאס ענליך. (אין ענגליש: ברעד).

ברויט אין אידישער קולטור

רעדאַקטירן

ברויט פארנעמט אן ארט אין יידישקייט; צוליב זיין חשיבות האבן חז"ל איינגעפירט א באזונדערע ברכה אויף ברויט, "המוציא לחם מן הארץ". אז מען עסט א מאלצייט מיט ברויט און ווערט זאט, איז א חיוב פון דער תורה צו בענטשן.

פת שחרית

רעדאַקטירן

לויט דעם שולחן ערוך איז א מצוה צו עסן פת שחרית, עסן ברויט אינדערפרי.

די משנה זאגט ווער עס וויל זוכה זיין צו תורה זאל מקיים זיין

”פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה” (אבות)ד"ה, עסן ברויט מיט זאלץ, און טרינקען וואסער מיט א מאס.


חמץ ומצה

רעדאַקטירן

חמץ איז ברויט וועלכע יערט זיך און מצה איז ברויט וועלכע יערט זיך נישט און בלייבט הארט און אויסגעדינט. ווי מיר האבן פריער געזען געדויערט צייט ביז די הייוון אין די ברויט הייבט אן יערן. מצה פארמאגט נישט קיין הייוון אבער איז דאך פארבאטן נאך 18 מינוט וויבאלד די מעל און וואסער אליינס יערן מיט א געוויסע פראצענט און ווערט פאררעכנט אלס חמץ.

בילדער גאלעריע פון פארשידענע ערליי ברויטן

רעדאַקטירן