וועלט
די וועלט איז דער ערד פלאנעט פונעם מענטשלעכן אויסקוק.
לענדער און פעלקער
רעדאַקטירןלענדער פלעגן אמאל באשטיין פון א פאלק מיט איין רעליגיע און איין שפראך. היינט זענען דא לענדער וואס אבלאנגן נישט צו קיין שום רעליגיע און פארטרעטן נישט קיין שום פאלק ווי: שווייץ און די פאראייניגטע שטאטן. שווייץ איז געווען די ערשטע אזא לאנד וועלכע האט זיך געגרינדעט ווען טויזנטער מענטשן פון די דערנעבענדיגע דייטשלאנד, פראנקרייך, און איטאליע האבן זיך באזעצט אויף די הויכע שיינע בערג און צוביסלעך איז געווארן דערפון א לאנד. אמעריקע איז היינט גענוי אזוי טראץ וואס רוב זענען געקומען פון בריטען. אמעריקע האט זיך קונה געווען דער ביישפיל פון דעמאקראטיע און האט אזוי אריינגעשריבן אין איר קאנסטיטוציע אלס דער נומער איינס פליכט.
מדינת ישראל איז געווען דאס ערשטע לאנד וואס איז צושטאנד געקומען פון איין רעליגיע אבער האט געגרינדעט א ריין דעמאקראטישע לאנד גרייט אנצונעמען יעדן איינעם פון סיי וועלכן גלויבן. מדינת ישראל פארמאגט אין פאקט ניטאמאל א זעקסטל פון כלל ישראל. רוב אידן וואוינען נאך היינט צושפרייט איבער צענדליגער לענדער אין די וועלט.
לענדער זענען שטענדיג געגאנגען און געקומען און די מאכטפולע זענען גרעסער און קלענער געווארן. אלעס איז געווען געוואנדן לויט די שטארקייט וואס מען האט פארמאגט. די וועלט'ס היסטאריע איז פיל מיט בלוט, טויזנטער, אויב נישט מיליאנען, מלחמות זענען פארגעקומען און אלע צייטן און אין אלע לענדער. עס זענען געווען לענדער וואס האבן געפירט די וועלט ביי די נאז און זענען דערנאך צושפליטערט געווארן אויף קליינע שטיקלעך.
עס זענען שטענדיג געווען עטליכע גרויסע לענדער וואס האבן פארנומען דעם "אויבנאן" און זענען געווען די רעדנער פון דער וועלט. די נענסטע תקופה צו אונז איז געווען בעפאר דער צווייטער וועלט קריג ווען בריטאניע, פראנקרייך, עסטרייך, רוסלאנד און פרייסן זענען געווען די פירער פון די וועלט. ווען עס האט זיך געהאנדלט פון קריג אדער שלום האבן די לענדער ווי פאליציי לייט איינגעטיילט וואס יא און וואס נישט. נאך דער צווייטער וועלט קריג, אדער ווי מען רופט עס היינט דעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט, האט זיך דאס בילד געטוישט און מיט די כוח פון די נארוואס געגרינדעטע "פאראייניגטע פעלקער" זענען די פאראייניגטע שטאטן, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך, סאוועטישע רוסלאנד און כינע געווארן די וועלט פירערס.
טייל פון די לענדער מאכן זיך נישט קיין סאך צו טאן מיט די וועלט'ס געשעענישן נאר שיקן אפאר אויסגעקארגטע טרופן ווען עפעס פאסירט. אמעריקע מיט בריטען זענען די פאקטישע פאליציי אויף די וועלט'ס געשעענישן. עס האט שוין אפגעקאסט טריליאנען דאלארן פאר שטייער צאלער דאס אז די רעגירונגן שטעקן זיך אריין די נאז ווי אימער זיי קענען נאר.
עס זענען פאראן היינט ארום 200 איינארקענטע לענדער אין די וועלט. פון דעם זענען דא אזעלכע גרויסע ווי רוסלאנד און אזעלכע קליינע ווי מאנאקא, צפון אפריקע. עס ווערט געשאצט אז עס זענען היינט דא ארום 6 ביליאן מענטשן אויף די וועלט און עס וואקסט מיט באלד 100 מיליאן א יאר. די פראצענט פון די וועלט'ס וואוקס ווערט קלענער פון יאר צו יאר. ביז 20 יאר צוריק פלעגט די וועלט'ס מענטשהייט וואקסן מיט צוויי פראצענט א יאר. היינט וואקסט עס נישט מער ווי 1.2 פראצענט פער יאר. עס ווערן היינט געבוירן ארום 50 נייע קינדער פער יעדע טויזנט מענטשן. אבער עס שטארבן פיל ווייניגער פון דעם.
ווען מען צוטיילט די וועלט'ס באפעלקערונג ביי די ראיאנען האט אזיע איבער העלפט פון דער וועלט'ס באפעלקערונג, כינע מיט ארום 1.3 ביליאן און אינדיע מיט עפעס איבער א ביליאן. אייראפע האט ארום 14 פראצענט פון די וועלט'ס באפעלקערונג, דרום און צפון אמעריקע אויך 14 פראצענט, אפריקע 13 פראצענט, און די פאסיפיק אינזלן ארום 1 פראצענט. אינטרעסאנט איז אז די יונייטעד נעשאנס שאצט אז אזיע גייט פארלירן איר פראצענט און אפריקע גייט זיך צום ווייניגסטן דאפלען.
אינגאנצן וואוינען 1.2 ביליאן מענטשן אין די העכסט מאנדיניזירטע לענדער. די איבריגע 4.9 ביליאן מענטשן וואוינען אין די איבריגע לענדער. 9 פון יעדע 10 מענטשן וואס ווערן היינט געבוירן וואוינען אין די אוממאנדיניזירטע לענדער. זיי שאצן אז ביז'ן יאר 2050 וועט די וועלט האבן איבער 9 ביליאן מענטשן.
די זיבן קאנטינענטן
רעדאַקטירןדאס ווארט קאנטינענט באדייט די ערד'ס גרעסטע כסדר'דיגע באהעפטיגונג פון לאנדמאסע.
א קאנטינענט איז אנגעזען פון אן אינזל אדער האלבאינזל נישט בלויז אויף איר גרויסקייט נאר אויך אויף איר געאלאגישע סטרוקטור און אנטוויקלונג. די זיבן קאנטינענטן אין די רייע לויט איר גרויסקייט זענען: אייראזיע (קאנווענציאנעל באטראכט אלס די צוויי קאנטינענטן פון אייראפע, אינדיווידועל דער צווייטער קלענסטער, און אזיע), אפריקע, צפון אמעריקע, דרום אמעריקע, אנטארקטיק און אויסטראליע.
דער קאנטינענטאלער שטח – אלע לאנד וואס הייבן זיך העכער די ים פלאך – קומט אן צו 29 פראצענט פון דער וועלט'ס סך הכל אין שטח. מער ווי צוויי דריטל פון די קאנטינענטעל'ס שטח ליגט צפון פונעם עקוואטאר. (דער עקוואטאר איז אן אויסגעטראכטע ליניע ארום דער ערד וואס איז די זעלבע ווייטקייט פון די נארד און דרום פאלוסן, און צעטיילט די ערד צו צפון־ און דרום האלבקיילעך.)
אין צוגאב, די קאנטינענטעל מאסעס נעמט אריין די איינגעטונקענע קאנטינענטעל אפלייג, וועלכע גייט בארג אראפ פון די אקעאן'ס ברעגעס פונעם קאנטינענט צו טיפקייט פון ארום 600 פיס (138 מעטער). ביילאפיג ביי דעם פונקט הייבט זיך אן די מער שארפע (מיטאמאליגע) שפרונג צו די אקעאניק פארטיפונג באקאנט אלס "די קאנטינענטעל סלאופ".
אויב די קאנטינענטעל אפלייגן ווערן אריינגערעכנט אין חשבון וועט די סך הכל קאנטינענטעל שטח פארמערט ווערן צו 35 פראצענט פון די ערד'ס אויבערפלאך. אינזלן וואס שטייען אויף א קאנטינענטעל פאליציע פון אן אנגעגעבענע קאנטינענט ווערן געווענליך פאררעכענט אלס א טייל פון דעם קאנטינענט. א פראמינענטער ביישפיל איז גרויס בריטאנען און אירלאנד אין אייראפע.
אין געאלאגיע, ווי געזאגט, ווערן די קאנטינענטן געמאסטן אויף גאר אן אנדערן חשבון אויף וועלכע געאפיזיקיסטן האבן יארן לאנג געארבעט צו פארשן. זייער חשבון לויפט אויפ'ן סטרוקטור פון די ערד אונטער דעם קאנטינענט לויט איר שאק כוואליע און היץ. מיר וועלן זיך נישט אריינלאזן אין דעם פשעטל ווייל עס איז נישט דאס פלאץ פאר דעם און עס פארלאנגט זיך אויך א היבש ביסל שטערן איינקנייטשונג.
למעשה ווערט דער סדר פון די קאנטינענטן אויסגערעכענט לויט די געאלאגישע חשבון ווי פאלגנד: אפריקע, אנטארקטיקע, אזיע, אויסטראליע, אייראפע, צפון אמעריקע און דרום אמעריקע.
די מאפע
רעדאַקטירןפון ווען די וועלט שטייט האבן מענטשן געשטרעבט צו מאכן מאפעס פון לענדער אדער שטעט. פארשטייט זיך אז די אלע מאפעס זענען קיינמאל נישט געווען ריכטיג ווייל עס איז געמאסטן געווארן לויט'ן חשבון וויפיל מייל מען האט גערעכנט אין די ברייט און אין די לענג פון איטליכער שטאט באזונדער. מען קען נאך היינט טרעפן אלטע מאפעס וואס זענען זייער גרייזיג.
יעדעס לאנד פלעגט זיך צייכענען א אייגענע מאפע און מען פלעגט עס מערערע מאל צוזאמענשטעלן און מאכן א וועלט מאפע. ביז פאר 500 יאר צוריק האט די גאנצע וועלט נישט געהאט קיין אנונג אז עס עקזעסטירט א יבשה אריבער דעם אנטלאנטיק אקעאן. איר קענט זיך שוין פארשטעלן וויאזוי אזא מאפע האט אויסגעקוקט...
ווען מען האט דאס ערשטע מאל ארויפגעשיקט די מאפע אין ספעיס איז די אינטרעסאנטסטע זאך דערפון געווען די בילדער וואס די ראקעט האט גענומען פון די וועלט. מענטשן זענען באגייסטערט געווארן צו זען די וועלט אין א באל.
מאפעס ווערן איבערגעמאכט פון צייט צו צייט מיט נייערע מעטאדן. מען נוצט היינט גאר סאפיסטיקירטע ראדארן און מייקראסקאפס אויסצוצייכנען א פונקטליכע מאפע וואס מיר זעען היינט.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- CIA וועלט פֿאקטבוך (ארכיווירט 06.01.2019 ביי דער Wayback Machine)