מערץ 2007
געשעענישן
רעדאַקטירן- קאשוי: הויז וואס באלאנגט פאר ישיבה איז געווען פארדינגען פאר זנות, ספעציעל פאר דאמינאטריקס, הויפט פרוי אונטער ארעסט נאכן אפערען אירע סערוויסעס פאר א באהאלטן פאליצאנט. ישיבה וויל נישט אקעצפטירן די רענט ווייל דאס איז אומריינע געלט און בעט טענעט שוין פארלאזן דעם הויז. (זשורנאל ניוז)
- זשאן מעקעין, רופט אויס זיינע פרעזידענטליכע אמביציעס פארן אמעריקאנער פאלק, דוקא אויפן דעיוויד לעטערמאן טעלעוויזשען שוי. (פאקס ניוז)
- ניו יארק: ריכטער אין אלבאני געטראפן געווארן שולדיג אויף פארברעך פון נישט וויסן אז ביל קלינטאן איז געווארן אימפיטשט. (ניו יארק פאוסט)
- אידישער היסטאריען וואס האט געדינט אין זשאן קענעדי אדמיניסטראציע און האט געווינען א פוליטסער פרייז פאר זיין דעפענירן דאס מיינונג פון ליבעראליזם בשעת די צווייטער וועלט מלחמה געשטארבן. (ניו יארק פאוסט)
- מעגא מיליאן לאטערי שפרינגט צו 267 מיליאן דאלער. דערווייל איז דא א מיליאנער אין ניו יארק פון א לאטערי טיקעט פון 31 מיליאן געקויפט אין אסטאריע קווינס אויגעסט און קיינער האט זיך נאך נישט געמאלדן. (ניו יארק פאוסט)
- פלורידע: מנהל פון שטאט ווערט אפגעזאגט פון זיין לאנג-ריגען דינסט צוליב די אויפדעקונג פון צייטונג אז ער איז א טרענסעקסואל און גייט דורך א פראצעדור זיך טוישן זיין סעקסואליטעט פון זכר צו א נקיבה. (ynet)
- ערשטער אפרוף אויף נייעם געזעץ אין ארץ ישראל צו צענזורירען שמוציגע אינטערנעט צוטריט צו די וועב סייטס פון אינהאלט פאר ערוואקסענע בלויז נאך אידענטיפיצירונג ווערט באשטעטיגט. (וויינעט)
- גענג אין צפון ארץ ישראל רעיפען אידינעס אלס נקמה וואס צה"ל טוט אין מערב ברעג. (זשעי. פאוסט)
- טעלעוויזשען שוי גרעיס אנאטאמיע שפילט אויף פרומע אידישע פרוי וואס ווייזט צוריק א לעבןס ראטעוועןדיגע אפעראציע איבער צופלאנצען א געזונט הארץ פון א חזיר, צוליב איר זארג אז הלכהדיג איז דאס טריפה. וועקט אויף הלכהדיגע דעבאטע און דיסקוסיע איבער ביאועטיקס אין אידישקייט. (דעילי פענסעלוועיניען)
- באראק אבאמא באגענגענט זיך מיט די משפחות פון געפאנגענע ישראלישע סאלדאטן. (ynet)
- קריסטליכער גלח אינספירירט פון קאבאליסט ר' דוד בצרי, ארגאניזירט 6 מיליאן גויאישע קינדערלעך, צו דאווענען פאר ארץ ישראל און אידן אין פורים. (זשעי. פאסט)
- מארטין פרץ פארקויפט זיין שעירס אין די ניו רעפובליק מאגאזין פאר ציוניסטישער גויאישע פובלישונג קאנאדע קאמפאני קאןוועסט וואס אונט אויך האלב פון זשערוסאלעם פאסט. (פארווארד)
- אידישע קהילות אין טרויער נאָך מאָרד פון צוויי אידישע קאָלעדזש-סטודענטקעס. (אלגעמיינער)
- אוואו איז יאסעלע שוכמאכער? אין כפר חב”ד. (אלגעמיינער)
- וואַנדאַלן פּרובירן אונטערצינדן אידישן קינדערגאַרטן אין בערלין. (אלגעמיינער)
- אינטערנעט אין הצלת נפשות: אידישע בלאגערס פועלן אויס צעלפאן טורעמעס אין אפסטעיט ניו יארק. (חיים רובין)
- פעדעראלער רעגירונג מבטל סעיל פון סטארעט סיטי פאר ר' דוד ביסטריצער. (ניו יארק פאסט)
- בית דין אין נתניה פסקענט פאר מאן ארויסציווארפן הונט וואס דערשרעקט ווייב. (וויינעט)
- פרינץ טשארלס וויל אסערן מעקדאנעלדס. (הארץ)
- א בליק אינעם לעבן פון מתנחל בעל תשובה וואס איז דערהארגעט געווארן אינמיטן התבודדות אין וואלד נעבן חברון. (ען.אר.זשי.)
- ידיעות אחרונות באריכט: משמרת הצניעות זוכט חרדישע אינגערמאן וואס האט סעקס מיט בית יעקב מיידל, נאכדעם וואס אינטימע בילדער ווערן פארשפרייט אויפן אינטערנעט. ([\http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2159930 בחדרי חרדים])
- ניו יארק טיימס פרויפיילט ר' זכריה אייזענבאך פון וויליאמסבורג אין זיין ארבייט אלס סופר אין די איסט סייד אין מאנהעטן. (ני טיימס)
- פרעסטיזשפולער ניו יארקער מאגאזין פאלט אריין אין פאסטאקע פון ענגלישער וויקיפעדיע סיסאפ, וואס ווערט געקאוואוט אלס פראפעסער נאכאנאנד אין זייערס א לאנגען ארטיקל איבער וויקיפעדיע. שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר א איגענטליכער באנוצער וואס האט געשריבן ליגענט אויף זיין באנוצער בלאט אז ער האט פארשידענע וויסענשאפט אויסצייכענונגען דעגריס. (רעדאר אונליין)
- ר' משה אסמן ארבייט אויס פלאן צוריק צו געבן ספרי תורה פארן זשיטאמער קהילה. דורך שלום צווישן אלע רבנים אין אוקריינע. לויט די רעגירונג הויפט ארכיוויסט איז די מחלוקת געוועהן די הויפט זארג, אז זשודיעקע האנדלער וועלן אויסנוצען די צושפליטערונג פון אידישע קהילות צו גנבענען די דאזיגע גאר ווערדפולע אנטיק ספרים און זיי פארקויפען פאר גרויס געלט ווי אין עבר וואס האט שוין פאסירט אין בארדיטשוב. (בחדרי חרדים)
- אכאמאדיניזשאד אין סודאן: די ציונים זענען די ריכטיגע מאניפאסטאציע פונעם שטן. (הארץ)
- ארץ ישראל: מאניפולירער פארשטעלט זיך ווי אויטיסט, און אויפן טעלעפאון ווי א פרויען פיסיכיאטער וואס לייגט אריין עדס אין צייטונגען פאר נוירסעס צו העלפן, ווערט ארעסטירט פארן רעיפען 19 פרויען. (וויינעט)
- הויפט סיבה פון סטאק מארקעט טראסק מאנטיק, איז צוליב דעם וואס מידיע אוטלעטס האבן מפקיר געווען זייער ארבייט פארן דראזש רעפארט ער זאל מאניפולירן די אינטערנעט דורשטיגע ליינער ווי א דיקטאטור אן קיין קאנקורענט. (עי.בי.סי.)
- מוזיק רעוויאו: שלומי גערטנערס נייע טעיפ האט א יידישען חן מיט אסאך ניגונים אויפן אידישען שפראך. (זשואיש מוזיק)
שבת 3טן מערץ 2007 תשס"ז
רעדאַקטירן- דאס אידישער פאלק עסט היינט 23 מיליאן המן טאשן לכבוד פורים. (ערוץ 7)
- הרב ר' שמואל וואזנער בעט אידן מתפלל זיין דעם פורים קעגן מיסיאנערן. נאך אורטייל פון געריכט אז זשעהאובעס וויטנעסס קענען אפהאלטן זייער קאנפערענץ אין חיפה. (וויינעט)
- באראק אובאמא פאר עיפעק לאביאונג גרופע: אמעריקע טאר נישט איינטיילן פאר ארץ ישראל וויאזוי זיך צו פאדייטוגען קעגן זייערע פיינט. (וויינעט)
- ביל קלינטאן ווארענט אמעריקע נישט צו אטאקירען איראןס ניוקלער פראיעקט. (וויינעט)
- חרדישער אינגערמאן קלאגט מעטלייף אינשורענס קאמפאני פארן אים אויפזאגן מיט פארלוימדונג. (רעזשיסטער)
- סנהדרין וויל באנייען קרבנות. (זשעי פאוסט)
- שטודיע הייבט מעגליכקייטן אז טאמעס זשעפראסען איז געווען א איד. (ניו יארק טיימס)
- ענגלישער וויקיפעדיע קהילה צווינגט ארויס וועטעראן עדיטער און פלייסיגער סיסאפ צו רעטייערן, נאכדעם וואס זיין היסטאריע ווייזט אז ער האט זיך באנוצעט מיט פאלטשע רימערייען אז ער האט א פי.עיטש.די צו געווינען קאנסענסוס אין א עדיט מלחמה. (ניו יארק טיימס)
- פראנקרייך, ניעס א מעדיטרעיניען שטאט ביים וואסער האלט נאך אן נאצי געזעץ וואס פארבאט צו פארדינגען דירות פאר אידן. (זשעי. ווייער)
- חברון: א פראטעסט צוריקצוגען אידישע פארמעגן און הייזער געפלינדערט דורך די אראבער אין תרפ"ט ראיאטען. (הארץ)
- דער חרדישער מיליאנער פון ברוקלין, ר' הענרי קויפטייל מאכט א ביזנעס עליה, טראגט זיינע שאפינג מאל ריעל עסטעיט אינוועסטמענט פירמע צו די איזראעלי סטאק מארקעט. (גלאובס)
- זון פון רעפובליקאנער פארטיי פראנט ראנער, רודי זשוליאני, טרעט אויף אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע און גיבט אינטערוויו פארן ניו יארק טיימס צו באשמוצן זיין טאטע: אלס א בעסערער פרעזידענט פאר אמעריקע ווי א טאטע פאר זיינע קינדער, ווערט געצילט שאדן מאכן פאר זשוליאני וואס ווערט באטראכט צו ליבעראל פאר די פרא-משפחה וויילער פון די קאנסערוועטיווער באזע וואס זענען די רוב ביי די רעפובליקאנער. (ניו יארק דעילי ניוז)
- ארץ ישראל רויט לייט: שאקירנדער טראגעדיע באטרעפט משפחה אין קאר עקסידענט ביידע עלטערן שטארבן דריי קינדער פארוואונדעט. (ען.אר.זשי.)
- חברון: שלום עכשיוניקעס בעטן צו ווארפן ציון פון אידישער טעראריסט, ר' ברוך גאלדשטיין נאכער וואס כ"ךניקעס זענען זיך משתטח אויף זיין קבר לרגל זיין יארצייט מיט גרויסער פורים צערעמאניע. (גלי צה"ל)
- איחוד הצלה דערפענט שבת שפיטאל אין מירון ביים קבר פון ר' שמעון בר יוחאי. (בח"ח)
- ר' אהרן כהן פון נטורי קרתא מאנטשעסטער וואס האט בזוכט איראן האלאקויסט קאנפארענץ מאכט חתונה קינד אין אנטווערפן. (חדשות אנטווערפן לונדן)
- אידישער ביליאנער פון מישיגען מנדב 75 מיליאן דאלער צו בויען נייעם 14 שטאקיגער געביידע פאר הדסה שפיטאל אין ירושלים. (פרייפרעסע)
- ניו יארק פאסט באשולדיגט טויטען פון קאר עקסידענטס אין אפסטעיט ניו יארק אויף די ענווייערמענטאליסטען, צוליב דעם וואס זיי לאזן נישט בויען סעלפאון טורעמעס ווייל עס שעדיגט לויט זיי די סביבה. (ניו יארק פאסט)
- לויט די בי.בי.סי. אנקעטע האט ארץ ישראל די וועלטס ארגסטער בילד. (זשעי. פאסט)
- ר' מרדכי דוד אונגערס חסידים שפירן אז באבובער רבי האט שוין געלייגט אן אויג אויף זייער נייער באדן פאר 40 יאר צוריק. (זשעי. פאסט)
- אשדוד: חרדישער טאטע באשפריצט פרעמד בחור אויפן פנים נאכדעם וואס יענער שרייט נאך פארשעמונגס נעמען אויף זיין טאכטער וואס שאדט פאר שידוך. (אשדוד נייעס)
- שרייבער פון סלעיט מאגאזין באוויינט אין א לענגערען ארטיקל אין וואשינגטאן פאסט, די אויסמעקונג פון איר ביאגראפיע אלס נישט גענוג באקאנט צו פארבלייבן אין ענגלישער וויקיפעדיע, לויטן וויקיפעדיע:מפורסם פאליסי פועלט דערנאך אויס אפצושרייען די גזירה און פארבלייבט יא אלס באקאנטער פערזאהן וואס פארדינט אוטאוביאגראפיע אין אן אנציקלאפעדיע ווי וויקיפעדיע. (ען.אר.זשי.)
- ש"ס פארטייס צייטונג יום ליום אין העסליכער אנגרייף ארטיקל אויף דעם עסקן ר' דודי זילבערשלאג. (ען.אר.זשי.)
- נייער טרענד און מארקעט: זעקל ערד פון ארץ ישראל ווערט פארקויפט פארן פרייז פון 20 דאלער. (ען.אר.זשי.)
- בלוט קלאט געפינען אין דיק טשעיניס פוס. (ניו יארק פאוסט)
- דעמאקראטישער פארטיי פרעזידענט פראנט ראנער, הילערי קלינטאן, לייקענט אז זי האט עפעס געהאט צוטאן מיט איר מאןס, בילס פארדאן, פאר די סקווירא חסידים, כאשטיג זי האט דארטן באזוכט ווען דאס איז פארגעקומען הארט פאר איר ערוויילונג צום סענאט וואס זי האט געווינען אין ניו סקווירא אלע שטימען. (ניו יארק פאוסט)
- באראק אובאמא און הילערי קלינטאן וועלן פארן מאנטיג קיין וואשינגטאן די. סי. צו חנפענען די אידישע לינקע ליבעראלע שטימע וואס זענען די באזע פאר די דעמאקראטישער פארטיי. (ניו יארק דעילי ניוז)
- דראמאטישער ספעקטאקל אין קרית יואל: סאטמאר רבי, ר' אהרן טייטלבוים אינמיטן פורים טיש, מאכט נאך ר' אמנון יצחק און שניידט אפ טשופ פון היימיש סאטמאר בחור וואס איז געווארן אפגעפארן, נאכן האבן פיאות טאנצט ער מיט אים, בשעת די עולם און עלטערן פון בחור וויינען פאר שמחה אז ער איז געווארן א בעל תשובה. - בילדער. (בחדרי חרדים)
- סיאטעל וואשינגטאן: אידישער ריעל עסטעיט און פארקינג לאט מאגנאט שטארבט ממש פאר זיין הונדערטסטער געבורטס טאג. (סעיאטל אי.פי.איי.)
- מאנטרעאל קאנאדע: אויפגערעגטע פאליצאנטקע באשולדיגט חרדישע אינגערמאן האט איר געוואלט דערמארדען דורך איבעפארן מיט קאר, נאכדעם וואס זי האט אפגעשטעלט 2 חסידישע שיכורים פירנדיג א קאר אין פורים. אינגערמאן אנטלויפט אריין אין שול, ווערט געזוכט. (מאנטריאל גאזעט)
- נייער באקטעריע באג וואס שטארקט זיך איבער אנטיביאטיק דערהארגעט הונדערטע קראנקע פאציענטען אין ארץ ישראל שפטעלער. (וויינעט)
- א נייע וועבסייט פאר אידישע מוזיק 24 שעה אין טאג. (זשואיש מוזיק)
- קרית יואל קלאגט קאונטי איבער סוער. (רעקארד אונליין)
- קרית יואל אומלעגאלע קאר סערוויס באנוץ, ווייל עס איז ביליגער, רעגט אויף גויאישער טעקסי קאמפאני. (רעקארד אונליין)
- איזראעלי כוחות פירן דורך אבלאווע איבער פאליסטינער שפיאנאזש צענטער אין ראמאלא, צענדליגע גענומען אין ארעסט. (אל זשאזירא)
- גוי וואס איז געווען אין ארץ ישראל זין מגייר זיין ארויסגעווארפן פון לאנד צוליב געזעץ וואס לאזט נישט קומען גוים קיין ארץ ישראל פארן סיבה זיך מגייר זיין. (זשע פאסט)
דאנערשטאג דעם 8טן מערץ 2007, תשס"ז
רעדאַקטירן- כינע: א חזיר ווערט געבוירן מיט 1 קאפ; 2 מיילער; 2 נעזער; און 3 אויגן. - בילד. (סידני מארנינג העראלד)
- בראנקס ניו יארק: 9 טויטע, 8 דערפין קינדער ווען פייער ברעכט אויס אינמיטן דער נאכט אין א הויז.(פאקס נײַעס)
- אויפברויז אין לאנדאן אידנטום נאכדעם וואס פאליציי שפריצט מעיס אויף חרדישע פראטעסטירער וואס בלאקירן פאליציי קאר, שטערנדיג ארעסט פון איגענטליכע וואס האבן אנגעשריבן העסליכע גראפיטי אויף נטורי קרתא געביידע. (ען. אר. זשי.)
- זשימי וועילס ערקלערט פאר די פרעסע אז מען גייט דורכפירן נייע פאליסי אין ענגלישער וויקיפעדיע, אז ווער עס לייגט ארויף קרידענשעלס אויף זיין באנוצער בלאט, וועט דאס מוזן אויפווייזן פאר די סיסאפ אז עס איז טאקע אמת אבער אויב מען שרייבט נישט קיין פריוואטקייטן איבער זיך אויפן באנוצער בלאט ברויך מען נישט גארנישט אויפווייזן. (טעקספאט)
- פערמענעט מעיקאפ טעכניק וואס מאכט דעם פנים פאר פרויען שיין פאר א לענגערע צייטאפשניט באקומט השגחה נאכדעם וואס רבנים פסקענען אז דאס איז נישט ווי כתובת קעקע. (בחדרי חרדים)
- נייע געזעץ אין ארץ ישראל צווינגט אירע בירגער צו חינוך פאר קינד ביז כתה י"ב. (ישיבה קטנה יאר). (וויינעט)
- טאלק שוי סעלעבערעטי, ראוזי אודאנעלד ערקלערט אויף טעלעוויזשען אז זי ליידט פון דעפערעסיע און בעט די אמעריקאנע פאלק זיך נישט שעמען צו נעמען מעדעצין'ען פאר גייסטישע קרענק. (עי.בי.סי.)
- איינע פון די שווערסטע קאר עקסידענטס אין ארץ ישראל, נעבן לוד לאזט איבער 6 טויט. (וויינעט)
- מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אינדארסירט, א יאר דערנאך, די פראטאקאל פון ניו יארק סטעיט געזונטהייט קאמישיענאר וואס לאזט יא מאכן מציצה בפה, ווערט געזעהן לויט טייל אלס פאלטישער וואונק פארן נייעם גאווערנער עליעט ספיצער ער זאל זיך אויך האלטן צו דעם אפמאך. (קענאניסט)
- חבר הכנסת ר' יעקב ליצמאן פארבלייבט ביי די מאכט אלס פינאנץ מיניסטער נאך דורכגעפאלענער פרואוו פון די קאליציע אים אויפזאגן, און נישט געקענט טרעפן א רוב שטימע דערפאר. (הארץ)
- נייעס באריכט באנייט זיין אלטען קאמף, ווען ער איז צו שטרענג געווען אלס מעיאר, רודי זשוליאני, איצט אז ער איז געווארן די פראנט ראנער ביי די רעפובליקאנער צו דינען אלס פרעזידענט פון אמעריקע. (כל העולם כולו)
- וואשינגטאן פאוסט באריכט פון הויך-ראנגיקער יו.עס. אפישל אז מדינת ישראל האט ארקעסטרירט דאס נעלם ווען פון איראן גענעראל כדי ארויסגעבן העכסט סודותפולע שפיאנאזש פאר די מערב וועלט איבער איראן. (וויינעט)
- באראק אובאמא אין סטאקס סקאנדאל, נאכן קויפען שוואכע קאמפאני שעירס בלויז ווייל זיי האבן בייגעשטייערט צו זיין קאמפיין. (ניו יארק טיימס)
- ר' חיים דוד צוויבל, עקזעקיוטיוו וויצע־פרעזידענט פון רעגירונג אנגעלעגנהייט פאר אגודת ישראל, טרעט אויף מיט געביט פאר די געזעץ געבער אינעם שטאטראט פון ניו יארק סיטי נישט פארצוזעצן די ספעציעלע בענעפיטן געזעץ פון דאמעסטיק פארטערשיפ ביל, וואס אנערקענט יעדע צוויי מענטשן וואס וואוינען צוזאמען כדרך אישית אן חתונה האבן, פונקט ווי א טראדיציאנאלע חתונה געהאט פארפאלק פון מאן און ווייב, לגבי שטאטישע פראגראמען און כללית ביים געריכט. - ווייל לויט די ארטאדאקסישע תורה אידישקייט, איז פארבאטן דאס לעבן פון געיז און לעזביאנקעס צוזאמען, און אויך טוט דאס אפשוואכן די הייליגער באגריף פון קידושין און בוי פון משפחה דורך חתונה האבן. (ישיבה וועלט)
- פארבס מאגאזין מיט נייע ליסטע פון די 946 וועלטס ביליאנערן; ביל געיטס איז נאכאלטס אין שפיץ; שלדון איידלסאהן איז געקראכן צום 6טן פלאץ פון ליסטע. 7 ישראלים באשיינען די ליסטע; סטעף ווערטהיימער און זיין זוהן איתן ווערטהיימער; שרי אריסאן; לב לביוב; יצחק תשובה; סעמי עופר; ארנון מילטשין; חיים סבן. (וויינעט)
- אפגעפארענער איד, גרויסארטיגער זשורנאליסט, און איינציג ברודער פונעם משגיח ר' דן סגל שליט"א, ליידט פון הארץ אטאקע אינמיטן דרייווען, שווער פארוואונדעט פון עקסידענט, ער האט ארויגעגעבן ספר איבער דאס לעבן פון אים מיט זיין ברודער. (בחדרי חרדים)
- פאַרגעסט נישט רוקן אייער זייגער דעם מוצאי שבת אויף אַ שעה פאָראויס. (אלגעמיינער)
- זארגער פאר ארימע אלמנות מיט יתומים פון קרוין הייטס נפטר געווארן. (אלגעמיינער)
- חב"ד: ריכטער ווארפט אפ פארלאנג פון אנטי-משיחסטן פירער, ר' אברהם שם טוב און ר' יהודא קרינסקי וואס האבן געוואלט איבערנעמען קאנטראל פון 770 פון די פרא-משיחסטען גבאים. אורטייל לויטעט, אז אפילו זיי זענען די לעגאלע לענדלארדס און אייגענטומער פון די געביידע זענען זיי נישט קיין ערוויילטע פירער פון דער קהילה און דער שול פירערשאפט באלאנגט פאר דער קהילה. (חב"ד אינפא)
שבת 10טן מערץ 2007 תשס"ז
רעדאַקטירן- אויפדעקונג: טשערטשיל שרייבט אין ארטיקל: אידן זענען טיילווייז שולדיג אויף זייערע אייגענע צרות, ווייל זיי האלטן זיך באזונדער, און אסימילירן זיך נישט מיט די גוים. (עי.עף.פי.)
- ליזשענסק: לרגל דעם יארצייט כ"א אדר פון ר' אלימלך מליזענסק טויזנטער אידן פארברענגען דארטן שבת, אין שפיץ פון ר' מענדעלע האגער און ר' יצחק דוד גראסמאן. - בילדער. (בחדרי חרדים)
- ר' משה אריה פרידמאן פון די נטורי קרתא ווערט באקלאפט די ביינער פון ר' יודא משי זהב גרינדער פון זק"א. ארטיגע פאליציי ליפערן איהם אהיים מיט א באן קיין וויען. (כל העולם כולו)
- ארץ ישראל געריכט לייגט ארויף שטרענגע רעגולאציעס אויף קמחא דפסחא פארטיילונג פון מיליאן'ען שקלים פון די חברה קדישא פאר לומדי תורה, פון כולל אינגעלייט וואס לערנען משניות לעילו נשמת די נפטרים, פון שטייער געלטער, נאך אנקלאגע פון רעפארמער אידן. (הארץ)
- חב"ד: שאקירנדע טראגאדיע אויף די וועגן פון ארץ ישראל, דאסמאל: מאמע און טאכטער שטארבן אין קאר עקסידענט אויפן וועג צו זייער מאןס-טאטעס קבר אין זיין יארצייט ה"י. (קרוין הייטס אינפאו)
- מצדה אין סכנה פון צוזאמפאל. (ניו יארק סאן)
- שטורעם אין ארץ ישראל מיט פעשאן פאטא געכאפט פון מאדעלקע נעבן מאסן קבר. (הארץ)
- דער בעל הבית פון ניו יארק דעילי ניוז, מארטימאר זוקערמאן, און דער חרדישער בונה עולמות של תורה, ר' וואלף וואלפסאהן, זענען צווישען די נייע שותפים און אייגענטומער פון בנק לאומי. (בחדרי חרדים)
- ערשינען 27'סטער באנד פון דעם אנציקאלפעדיע תלמודית ביי אות כ. (הצופה)
- קרוין הייטס: 27 באווארפעןס אין איין שבת פון 27 חתנים. (שטורעם)
- מארגעטש אינדאסטריע קראכט אויף וואל סטריט. (ניו יארק טיימס)
א רוף צו אלע ליינער רופט אייך אן אייער מיינונג איבערן קריטיש וויכיטיגער אפהאנדעלונג בלאט וויאזוי צו שרייבן דא ווערטער: וויקיפעדיע:ווערטערבוך.
- נחל החרדי לאזט זיך ארויס קיין אמעריקע און אייראפע צו רעקרוטען היימישע חרדישע בחורים אין זייערע ראנגען. (זשעי. פאוסט)
- נעכטן זונטאג איז געפאלן די 29'סטער יארצייט פון הרב ר' שלמה יוסף זעווין ז"ל, רעדאקטאר פון אנציקלאפעדיע תלמודית און מחבר פון ספרים. (חבד אונליין)
- האמאסעקסועלען פלאנען שוין ווידער אמאל צו מארטישערן אין ירושלים מיט זייער מצעד הגאווה, ר' יודא משי זהב זאגט צו אז מען וועט זיי באקעמעפן, ר' שמואל פאפענהיים זאגט אז די רבנים וועלן מחליט זיין אויב צו שווייגען, ווייל דאס איז נישט אזוי גרויס ווי די פאריגע פלאן, אדער ארויסצוגיין מיט א קאמף כדי נישט צו ווייזן פאר די געיז ווי גרינג דאס איז. (ען.אר.זשי.)
- ארץ ישראל: דרוזישע מלכות היופי ציעט צוריק פון איר אמטירונג, הצופה דעקט אויף אז דוקא א פרומער איד האט דאס אנגעהויבן, און דוקא א פרומער בית יעקב מיידל איז געווען די ערשטע מלכות היופי. (הצופה)
- גניבה פון אפאר טויזענט דאלער אין ניו סקווירא מענער מקווה, פאליציי כאפט פארדעכטיגטען אינגערמאן אבער ווארט צו הערן מער דעטאלען פון די באשולדיגער. (זשורנאל ניוז)
- די ניו יארק טיימס באשרייבט וויאזוי די ארטיסטען ווערן היי אויף חסידים ביי פורים פארטי אין וויליאמסבורג חב"ד האוז. (ניו יארק טיימס).
- מדינת ישראל: נייע געזעץ אריין אין קראפט וואס וועט פארמערן די געלט שטיצע פאר חרדישע ישיבות תלמוד תורהס און בית יעקבס פונקט ווי די פרייע שולעס. (וויינעט)
- פאשקעווילען אין מאה שערים קעגן חסידות תולדות אברהם יצחק פאר זייער געבן כבוד פאר הרב אלישב און פאר ר' לייבל מינצבערג פון מתמידים. (בחדרי חרדים)
- איי.די.טי. די פרומע טעלעקאמיוניקאציע פירמע פון נוארק ענדיגט פינאנציעל מיט גרויס פארלוסט אויף וואל סטריט קלאגט אירע קאנקורענס אויך חרדישע קאמפאניס פאר זאגן ליגענט אויף זייער פאון קארדס איבער די צאל מינוטען וואס עס האט באמת. (סטאר לעדזשער)
- על שארפטאן זאגט אז באראק אובאמא איז א ווייסער קאנדידאט. (ניו יארק פאוסט)
- ישראלדיקער ביליאנער, יצחק תשובה וועט בויען האטעל אין לאס וועגאס. (גלאובס)
דינסטאג תשס"ז, מארטש 13 2007
רעדאַקטירן- ערשטער מאל אין היסטאריע ראב"ד עדה החרדית אויף טעלעוויזשען, הרב ר' משה שטערנבוך, דער וואס ווערט געקרעדיטעט מיטן אויפרודערן די חרדישע גאס אין ירושלים סוקסעספול אפצושטלען די פארגאנגענע פלאן פון א תועבה מארטש אין ירושלים, ערקלערט פארן אוידיענס פון ארץ ישראל נאציאנאלע טעלעווישען פאר די האמאסעקסואלען: פארגעסט אייער פלאן וועט קיינמאל צושטאנד קומען! - ווידיאו קליפ (בח"ח)
- ברוך דיין האמת: הגאון ר' ישראל גראסמאן, ראש ישיבת פינסק קארלין און פאטער פון ר' יצחק דוד גראסמאן נפטר געווארן. (בח"ח)
- טראגעדיע: בעל הבית פון כובע העטס פון בארא פארק שטארבט פלוצלינג אויף טאכטערס חתונה. (כל העולם כולו)
- מחלוקת באבוב: האקען קרייץ'ען אנגשריבן אויף נייעם באבוב שול פון חסידי ר' מרדכי דוד אונגער אין ביתר. (בח"ח)
- ארץ ישראל קאר עקסידענט מגיפות: קאר פון ספדישען רב הראשי הרב שלמה עמאר אפגעשטעלט אויפן הייוועי שמייסעןדיג אויף 155 קילאמעטער א שעה מיטן רב אינעווייניג. (לאקאל באר שבע)
- הרב אבי שאפראן, ספויקסמאן פון אגודת ישראל ערקלערט אז חרדים מוזן זיך לערנען מיסיאן פון חב"ד. (שטורעם)
- איזראעלי אמבאסאדאר צו אל סאלוואדאר, געטראפן ליגן נאקעט אויפן גאס שיכור צוגעדעקט מיט סעקס טויס. (ען.עפ.סי.)
- ארטיסטען האלטן אפ נצחון אין וויליאמסבורג: סאבוועי רעסטוראנט טשעין סטאר פארמאכט די געשעפט אויף בעדפארד עוועניו. (ניו יארק מאגאזין)
- וויליאמסבורג: טענעט אויף די נארט גאסן שלאגט זיך אין קארט צו צאלן ווייטער 150 דאלער רענט קעגן אלע טענעטס וואס צאלן 1500 דאלער פארן לענדלארד. (עי.עם. ניו יארק)
- סאטמאר: מיליאנער פון לאנדאן, ר' ישעי' וואלף לעוו, א סאטמארע חסיד, איז מנדב 5 מיליאן דאלער פאר סאטמאר-אהרונים מוסדות אין וויליאמסבורג. (כל העולם כולו)
מיטוואך תשס"ז, מארטש 14 2007
רעדאַקטירן- ליאנארדאו דיקאפריאו באזוכט ארץ ישראל מיט זיין אידישען מיידל פריינט. לאזט זיך נישט פאטאגראפירן ביים כותל באדי גארדס און מיידל פריינטס פאטער ארעסטירט פאר געשלעגן. (זשעי פאוסט)
- פסק: קאסאווער רבי פון בארא פארק לגבי אידישע מוזיק, וואס ער איז מתיר צו קאפיען מוזיק פאר פערזענעליכע באנוץ, זאגט אז על פי תורה איז נישט פארהאן אזא איסור ווי קאפירייט בלויז פאר געלט ריווח טאר מען נישט ווייל דאס איז השגת גבול. (כאפצעם)
- באראק אובאמאס אידישער פראבלעם. (ניו יארק דעילי ניוז)
- איראן'ער איד ערוויילט אלס מעיאר פון בעווערעלי הילס. (זשעי פאוסט)
- אהוד אולמערט בעט אמעריקאנע אידן צו שטיצען בוש'ס קריג אין איראק, ווייל דאס מאכט מער זיכער פאר ארץ ישראל. (זשעי.טי.עי.)
- פראבלעם אין ארץ ישראל ווען די גאנצע פרומע-ציוניסטישע מידיע אפגעקויפט דורך איין איינציגער בעל הבית וואס מאנופאלירט די פרייהייט פון ווארט ביי די קרייז. (ען.אר.זשי.)
- איזראעלי מיידל געקרוינט אלס שיינהייט קעניגען ערווארט זיך אנשליסן אין צה"ל. (וויינעט)
- הילערי קלינטאן: ריזן רעכטע פליגעל קאנסיפראציע צוריק. (עי.פי.)
- באלטימאר מערילענד, לעגיסלאטור איז נענטער דורכפירן נייעם געזעץ וואס וועט צווינגען אידישע פרומע מענער צו געבן א אידישען גט בעפאר זיי באקומען א לעגאלער גט פון א ריכטער, כדי נישט צו האלטן די פרוי אן עגונה, חילול ה' ווען דוקא פרייע אידן זענען דערקעגן ווייל זיי ווילן נישט אז די רעגירונג זאל אנערקענען רעליגיע, און דוקא קריסטען זענען דערפאר צוזעהדיג די ליידן פון פרומע עגונות. (באלטימאר סאן)
- רעדאקטאר פון אלגעמיינער זשורנאל, ר' יוסף יצחק יאקאבסאהן, וויל נישט בשום אופן שטעלן א לינק פון זיין וועב סייט צום אידישען וויקיפעדיע אבער ער וויינט אז די פארווערטס איגנארירט דעם אלגעמיינער זשורנאל אלס אידישער צייטונג. (אלגעמיינער)
- רעפארמער פארברייטערן זייער עקזיסטענץ און ארבייט צווישן ארץ ישראל אידענטום מיט פאנדינג קרן פון איבער הונדערט מיליאן דאלער צו פינאנצירן דעם בוזשעט פון זייערע אקטיוויטעט אויסשטעלן די אידישקייט לויט זייער אמונה אוועק פון ביז איצטיגען ארטאדאקסישען מאנאפאל. (זשעי. פאוסט)
- ניו יארקס אידישער מעיאר, מייקל בלומבערג האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט לאנדאןס מעיאר קען ליווינגסטאן אנגעבליך צוליב זיינע אנטי אידישע סענטימענטען. (בי.בי.סי.)
- ברוס טייטלבוים, רודי זשוליאניס פרומער אידישער רעכטער האנט שלאגט זיך מיט סענאטאר טשאק שומער צו ראטעווען און צוריקשטעלן דעם פארקויף פון סטארעט סיטי פאר דעם חרדישען ריעל עסטעיט מאגנאט, ר' דוד ביסטריצער, טייטלבוים איז איך איינע פון די פילע שותפים אינעם מקח. (ניו יארק אבזערווער)
- פוילן באערט עלעטרער פרוי וואס האט אפגעראטעוועט 2,500 אידישע קינדער פונעם האלאקאוסט. (באסטאן העראלד)
- קרית יואל באקומט פעדעראלע געלטער צו בוי גאראדזש פאר זייערע באסעס. (רעקארד אונליין)
- ליבעראלע אידן ברויזען אויף שותפות צווישן ציוניסטישער לאביאונג גרופע, עיפאק מיט קריסטליכע גלחים לטובת ארץ ישראל. (טי.פי.עם. קאפעי)
- בלוט באד אין די וויליזש לאזט איבער 4 טויט. (סי.ען.ען.)
פרייטאג תשס"ז, מארטש 15 2007
רעדאַקטירן- סאטמאר מחלוקת: 4 אפעלאט ריכטער וואס האבן דעם פארגאנגענעם זומער גע'פסקנט לטובת די זאלונים, באפעלן די העכערע געריכט אין אלבעני זאלן אנעמען די אפיעל פון די אהרונים און ווידער דן זיין די נושא, וויבאלד עס זענען נולד געווארן געזעצליכע פראגעס, וואס טוט מעגליך שטעלן זייער ארגינעלע פסק אין א פראגע צייכן. (נו יארק סטעיט קארט #1, נו יארק סטעיט קארט #2, כל העולם כולו)
- חרדישער אפגעפארענער געגטער זוהן פון סידני רב, פילםט נאקעט חרדים אין מקוה. ווייזט דאס דערנאך פאר אינגערע בחורים, וואס זענען אנטלאפן פון ישיבה צו אים אהיים, אויך אוועק צוגיין פון אידישען וועג, אלס א האמאסעקסואלער פארנאגראפיע סעסיע, בשעת ער רורט זיי אן די אונטערשטען, און זיי פארמסורען אים פאר משמרת הצניעות, וואס מישט אריין פאליציי, אז ער האט זיי באלעסטיגט. ריכטער פאראורטיילט: אז וויבאלד, קרבנות ברויכען נישט רעדן אין געריכט, ווייל באשולדיגטער איז צו אלעם מודה, ער טענהט בלויז צו זיין פארדייטיגונג אז אינעם חרדישען לעבןס שטייגער איז מען נישט מחנך איבער סעקס ממילא האט ער נישט געוויסט אז עס אזוי הארב די עבירה, דעריבער איז דאס בלויז 7 חדשים תפיסה. (סקופ)
- ארץ ישראל קאר עקסידענטס: מתנחלישער רב מיט רעביצען טויט, אבערלאזענדיג 8 יתומים, עלטסטער קינד 15 יאר און אינגעסטער 3 חדשים שווער פארוואונדעט. 3 אנדערע קאר עקסידענטס אויפן זעלבן הייוועי צו די זעלבע צייט, אויפן וועג פון ירושלים קיין קרית ארבע חברון, הצלה וואלענטורען פרובירן ראטעווען די קרבנות אונטער האגל פון שטיינער שיסעריי פון אראבער. (וויינעט)
- פירער פון וועלט אידישען קאנגרעס אפגעזאגט פון אמט, דורך איר פרעזידענט עדגער בראפמאן. (ניו יארק טיימס)
- חסידישער סייענטיסט טויט פון קאר עקסידענט פון שיכור דרייווער. (אלגעמיינער)
- רוף צו באָיקאָטירן קאָקאַ-קאָלא צוליב ריזיקע גזילה פון אַ אידישע פאַמיליע אין עגיפּטן. (אלגעמיינער)
- ר' שלמה שמיר, קאלומניסט פארן אלגעמיינער זשורנאל באשולדיגט: פרומע אידן מאַכן זיך נישט וויסנדיק וועגן חורבן אייראָפּע. (אלגעמיינער)
- ישראל איז אַ גן עדן פאַר זשורנאַליסטן, זאָגט נחום ברנע, געווינער פון 2007 מידיאַ-פּרייז פון ארץ ישראל. (אלגעמיינער)
- אומרוען פון סקינהעדס אין אונגערן. (סי.ען.ען.)
- הגאון, ר' נסים קארעליץ איז מגייר שנעל און פלוצלינג חשובע חרדישע משפחה וואס וואונט אין קרית ספר, נאכדעם וואס מדינת ישראל איז אוריפגעקומען אויף די שפורען, אז כאטשיג זיי לעבן ווי גהעריגע אידן שומרי תורה ומצוות כדת משה וישראל לכל דבר, און די טאטע פון די משפחה איז גאר א מגיד שיעור און די מאמע איז גאר א לערערען ביי חרדישע מוסדות. זענען זיי געווען פאלנע גוים לכל דבר אין זיך קיינמאל דורך די פראצעס פון גיור. (הצופה)
- ידיעות אחרונות רעפארטער פאר חרדישע ענינים פארלירט זיין זשאב נאכדעם וואס וויכטיגע באריכט פון ירושלים ערשיינט נישט אין צייטונג. (ען.אר.זשי.)
- פוס פון אינגל פארוואונדעט אין קאר צוזאמשטויס אין ניו סקווירא. (זשורנאל ניוז)
- באקענט זיך מיט די אידישע ביליאנערען אין אייראפע. (אי.זשעי. פרעס)
- האליוואוד אקטיארען קויפען אפ דירות פונעם חרדישען ביליאנער, לב לבייבס ריעל עסטעיט דעוועלאפמענט אין לאוער מאנהעטן. (וויינעט)
- האליוואד אקטיארען ווילן דוקא עסן אין כשרע רעסטוראנטען אין ניו יארק סיטי. (וויינעט)
- נייער חרדישער פאליציי סטאנציע און איינהייט אין אשדוד ווערט געעפנט מיט א וועד הרבנים, ערשטער תנאי: ריין פון פרויען באהאלטענע דעטעקטיווקעס. (ען.אר.זשי.)
- רב פון גוש דן פסקנט: א פעדעפייל וואס האט תשובה געטאן אויף זיינע מעשים איז זיין א מוהל ביי בריתן זיין תיקון. (סקופ)
- ירושלים: פעדעפייל דינט 30 יאר טורמע אורטייל ווערט ווידער ארעסטירט פארן באלעסטיגען נאך 30 אינגע קינדער און די יאר זינט זיין באפרייאונג. (זשעי. פאוסט)
- חבר הכנסת ר' יעקב ליצמאן איז ענדלגילטיג ארויסגעצווינגען פון זיין אמט אלס הויפט מדינת ישראל פינאנץ פארזיצער. (בח"ח)
- אשכנזי רב הראשי, ר' יונה מעצגער נצחון איבער גענעראל-פראקוראר מני מזוז, נאכדעם וואס העכסטער געריכט הייסט איבערשרייבן רעקאמענדציע איבערן רבס פארברעכן, זאגענדגי אז די פריערדיגע רעפארט אז ער זאל רעזיגנירן איז פיל מיט לשון הרע און פאלטש רומערס. (זשעי. פאוסט)
- חכם עובדיה יוסף חאלעשט לייכט ביי שחרית. (זשעי. פאוסט)
- ר' דוד עקשטיין הויפט פון די ארונים אין קרית יואל און פון משמרת הצניעות און אנפירער פון גארדיען אינשורענס ביי חרדישע אידן טראגט אריין מסירה אין געריכט קעגן אינגערמאן וואס האט אים אטאקירט אין טאהשע שול. (כל העולם כולו)
- הונדערטע קומען זיך צוזאם אין בית אל צו פייערן יארצייט פון ר' צבי יהודא קוק ז"ל. (ערוץ 7)
- פעטיציע פון 7,000 פראנצויזישע אידן צו ווערן אנערקענט און באקומען שוץ אין אמעריקע אלס נרדפים פון דארטיגע אנטיסעמיטיזם. (זשעי.טי.עי.)
- עקשאן אלערט: חרדישע אידן ווערן אויפגעפאדערט צו שיקן אימעילס, מאכן טעלעאפאון קאלס, און לייגן דרוק, קיין אלבעני, אז גאווערענער עליעט ספיצערס צוזאג פון שניידען טויזענט דאלער שטייער פאר עלטערן מיט קינדער אין פריוואטע שולעס זאל דורכגעפירט ווערן. (אוי.יו.)
- לכבוד חודש ניסן, אידן בענטשען גאט, און האבן הנאה פון די ביימער, מיטן דורפירן ברכת האילנות. (ען.אר.זשי.)
- מאנטריאל: מקוה פארשלאסן פאר גיור. (סי.זשעי. ניוז)
- ערענסט זונדלס לויער אויך אנגעקלאגט פאר פארלייקענען דעם האלאקאוסט. (זשעי פאוסט)
- המודיע גרייט צו ארטיקל איבער טיפס און עצות וויאזוי צו האוסטען פרייע אידישע געסט ביים סדר. (קראנס קארענטס)
- המודיע מאגאזין איבער ניו סקווירא אלס הויפט ארטיקל אויפן פראנט פעיזש. (הירשל ציג)
- מאנסי: 2 פארוואונדעט אין קאר עקסידענט צוזאמשטויס. (זשורנאל ניוז)
דינסטאג תשס"ז, מארטש 20 2007
רעדאַקטירן- חברון: ריזן הויז אויף סכנהדיגען וועג וואס פירט פון אידשען קווארטעל קרית ארבע צום מערת המכפלה, ווי מען האט דערהארגעט 12 אידן אין יאר 2002, אפגעקויפט דורך מתנחלים, אראבער טענהט אז דאס איז געגאבעט געווארן. - בילדער. (וויינעט)
- חרדישע דייאמאנד מאגנאט, ר' דוד אלישיוב, שוואגער פון ר' לב לבייב, גייט באנקראט אין אמעריקע. (וויינעט)
- היסטארישע ווידיאו שלמה קארילבאך זינגט פארן אמשינאווער רבי. (יוטוב)
- ר' דוב שורין זיצט שבעה נאכן פטירה פון זיין פאטער, וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב קאמינעצקי ז"ל. (ישיבה וועלט)
- ניו יארק גאווערנער עליעט ספיצער צווינגט סארעטאוגע בעדער צו אויזאגן דעם אמת אז זייער וואסער איז נישט פון מינעראלע ברינען נאר פשוטע וואסער פון סינק. (ניו יארק פאוסט)
- מאנטריאל: זשים נעבן סאטמאר ישיבה ברעכט זיך צו די גוים קעגן די אידן און לייגט צוריק די פשוטע דורכזיכטיגע פענסטער מיט בליינדס אנשטאט די אלטע פענסטער וואס איז געווען אומעגליך אריינזעהן די אומצניעותדיגע איבונגען. (גלאוב ענד מעיל)
- ליזענסקע רבי פון מאנסי באזוכט האמבורג און איז זיך משטתח אויף קבר פון ר' יונתן אייבישיץ לכבוד זיין יארצייט. - בילדער. (חבד אונליין)
- שפיטאל אין ארץ ישראל דערעפנט ספעציעלע פיסיכיאטעריע אפטיילונג בלויז פאר מענער צו דינען חרדישען סעקטאר. (וויינעט)
- חרדים און אינטערנעט: קאמפאני וואס פירט אן הייד פארק קלאגט אין געריכט רוטער.נעט אויך א חרדישער אינטערנעט פארטאל פארן נוצען דעם ניק דוד10 וואס איז פאפולער פון אנפירען דעם בחדרי חרדים שמועס פארום. (וויינעט)
- נצחון פאר חרדים קעגן מזרחי קרייזען: 12 פון די 15 נייע דיינים אין רבנות הראשות זענען חרדים. (בח"ח)
- הוטערס רעסטוראנט טשעין סטאר, וואס אירע פרויען סערווערס זענען אומצניעותדיג געקליידעט כדי צו צוען קאסטומערס עפענט זיך אין ארץ ישראל. (וויינעט)
- רבנות: מזרחי און פרייע אידן ברויזן אז אלע הויפט רבנים מטעם דער רעגירונג פון מדינת ישראל זענען אונטערגעווארפן הרב אלישיב. (הארץ)
- קאקע קאלע ערצייגט נייעם כשר לפסח אינגרידיענט ספעציעל פארן פרומען אידישען מארק. - בילד פון וויליאמסבורג. (ניו יארק פאוסט)
- ר' גרשון שטעמער האט אוועקגעגעבן זיין גאנצן עולם הבא פאר ר' אביגדור יאקאבאוויטשס רעביצען, אונטערגעשריבן דורך ר' אברהם יצחק אולמאן. (חדשות אנש)
- אידישער פירער פון דייטשלאנדס קהילה, האט געמוזט רעזעגנירן אין שאנדע, נאכן טרעפן אין זיין באזיס קאוקעין, איצט שטעלט זיך ארויס אז זיינע באדי גארדס זענען נעא-נאציס ווא האבן אים מעגליך געפרעימט. (וויינעט)
- וואלן אין כתר וויליזש פאר טראסטיס ר' שלמה קאניג מיט ניימאן אן קיין קעגנער. (זשורנאל ניוז)
- באלטימאר, געזעץ וואס וואלט ווען געצווינגען אידישע מענער צו געבן אידישע גט בעפאר זיי געבן גויאישער גט דורכגעפאלן צוליב ליבעראלען און אידן וואס האבן זיך קעגן געשטעלט אז רעגירונג טאר זיך נישט מישן אין רעליגיע. (וואשינגטאן פאוסט)
- איי.פי. אדרעסע ארויסבלאקירט פון ענגלישע וויקיפעדיע, נאכן ענדערן ארטיקל פון גרויסען זינגער אז ער איז טויט, אגעהאלטן פאר א האלבער שעה. (אי.יו.אר.וועב)
- נעשונאל זשיאגראפיק מאגאזין האט א פולער בילדער באהאנדעלונג איבער וויליאמסבורג אין א סעלפאון באנוץ בילדער אויסטשעלונג. (סעליולער נייעס)
- מיטן פארשריט פון אינטערנעט, מער פעדאפייל פארברעךען ווערן דאקומענטירט. (וויינעט)
- ר' משה דוד נידערמאן אנטשולדיגט זיך פאר שכנים פון קווינס ישיבה צוליב באסעס וואס ספידען. (קווינס כראנאקאל)
- מנהרות הכותל וועט זיין פריי אריינגיין, און אפגעטיילט מענער פון פרויען דעם קומענדיגען חול המועד פסח. (לאקאל)
- זוהן פון אלטען תולדות אהרן רבי, פארוויילט און פראוועט שבת אין חברון. - בילדער. (בח"ח)
- נייער פילם ארויסגעקומען אין ארץ ישראל איבער די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער. - ווידיאו קליפ. (וויינעט)
- ראמפוי ספקעט אין די שטייער עקזעמפט סטאטוס פון חרדישען ביליאנער אונטער טארטיקוב כולל, ר' חיים יושע באב"דס פלאן צו דעוועלאופען פאמאונע אלס ישוב פאר בני תורה. (זשורנאל ניוז)
- הוגא טשאוועז דער לינקער דיקטאטור פון ווענזועלא איז מחולק מיט זיין שותף אין פיינט נומער 1 פאר די מערב וועלט אכאמאדיניזשאד פון איראן לגבי מדינת ישראל אז זיי מוזן נישט ווערן אפגערוימט פון די וועלטס מאפע. (וויינעט)
- חסד אין א מאדערן וועלט פון יאר 2007: וואטשט און האלט מיט מיט אייערע אייגענע אויגן 24 שעה וויאזוי וואולטעטיגע ארגאניזאציע משמחי לב סטרימט לייוו ווידעא קעם פון ריזן טענט אין ירושלים ווי חרדים קויפן איין קליידונג און עסענווארג פאר קמחא דפסחא אויף ביליגער ווי קאסט-פרייז (קעם סטרים)
- וויינעט פובליצירט אויסשניטען פון פילם וואס דאקומענטירט, מערכה פון חרדים וואס האט אפגעהאלטן תועבה מארטש אין ירושלים. - ווידאו. (וויינעט)
- נייע שטודיע איבער עניי ארץ ישראל ווייזט דער צווישענשייד פון ארימקייט, ביי חרדים וואס פילן זיך באשיצט, און די פרייע וואס שעמען זיך דערמיט. (בח"ח)
- קבר פון יונתן בן עוזיאל אין עמוקה ווערט איבערגעבויט. (הצופה)
- ארונים פארשפרייטן ווידיאו קליפ געכאפט אין 53סטריט שול, וויאזוי 3 זאליס רייסן אראפ צעטליך פון וואנט אין שבת. (כל העולם כולו)
- טשולענט פארברענגן אין מאנהעטן, פון חרדים מיט היפיס דורך נגינה און אלקעהאל יעדן ליל שישי. (ניו יארק טיימס)
- בקהילה דרוקט העסליך ארטיקל קעגן מזרחי קרייזען פאר נישט אסערן אינטערנעט. (ען.אר.זשי.)
- ר' דוד ראזענבערג, אנפירער פון סאטמר מצה בעקעריי ערקלערט: ארונישע מצות וואס איז געמאכט פון אריזאונע ווייץ חמץ. (כל העולם כולו)
- חרדישער איד פון וויליאמסבורג פאראורטיילט צו 6 חדשים טורמע, צוליב מאני לאנדריאונג פאר דראג ביזנעססער. (מידהאדסען ניוז)
- ר' משה אריה פריעדמאן פון די נטורי קרתא געווינט געריכטליכע קלאגע קעגן די חדר און וויען וואס האבן ארויסגעווארפן זיינע קינדער. די קינדער מוזן געזעצליך צוריק געלאזט ווערן. (כל העולם כולו)
שבת 17טן מערץ 2007 תשס"ז
רעדאַקטירן- סנהדרין וועט שעכטן דאס יאר דעם קרבן פסח. (ביליף נעט)
- קביעת מזוזה ביי דער נייער שול פון רבי מענדיל האגער אין קרית וויזניץ בני ברק. - בילדער. (בח"ח)
- טאטע פון מאה שערים וואס ווערט באשולדיגט אין מארד פון אייגן בעיבי, באפרייט פון הויז ארעסט. (בח"ח)
- סקאנדאל אין קרוין הייטס מצה בעקעריי אז אפשר איז ארבייטארען א גויטע, בית דין פסק'עט נישט צו נוצען מצות ביים סדר. (חבד אונליין)
- דראמא: חרדישע זשורנאליסטען פארכאפט אין ירדן אינמיטן אנגרייטן פסח ביילאגע ארטיקל פארן בקהילה מאגאזין. (בח"ח)
- לאטינא געווינט געפילטע פיש קאנטעסט קעגן אידן. (ניו יארק דעילי ניוז)
- 48,000 האלאקויסט איבערבער האבן באקומן 300 מיליאן דאלער אין אינשורענס פארגיטיגונג. (זשעי. פאוסט)
- פאמאונע: מעיאר און טראסטי ארויסדערוויילט פון אמט, צוליב טארטיקוב ריעל עסטעיט פלענער וואס וועט טוישן געגענט צו חסידיש. (זשורנאל ניוז)
- ארץ ישראל דערעפענט פי.אר. קאמפיין צו מאקסים מאגאזין. (זשעי. פאוסט)
- לעצטער איד אין אפגאניסטאן באקומט זיינע מצות פון ניו יארק. (עם.עס.ען.בי.סי.)
פרייטאג תשס"ז, מארטש 23 2007
רעדאַקטירן- הויפט סטוארט דעני וואהל רעזעגנירט פון זיין הנהלה אלס ארבייטער אין וויקימעדיע פאונדאוציע. ערקלערט אז ער וועט לויפן אלס בארד טראסטי אין יוני און דעמאלטס וועט ער ערקלערן די סיבה פון זיין רעזעגנאציע און וואס מען דארף טוישן אינעם פאונדאוציע. (וויקימעדיע מעילינג ליסט)
- אנשטאט איז געווארן אויפגענומען דער סטוארט באנוצער:bastique אלס פולטיים וויקימעדיע פאונדאוציע ארבייטער צו ארגאניזירן וואלענטורען ארבייט פון אלע וויקיפעדיעס. (וויקיפעדיע סינגפאוסט)
- רב ערקלערט זיין א רעפארמער איד בעסער ווי א גענצליך פרייער איד. (ען.אר.זשי.)
- פייער דעפארטמענט וויל נישט גיין קיין ניו סקווירא צוליב די פילע ווייעלאציעס פון פייער רעגולאציעס וואס לייגט זייער לעבן אין טויטליכע סכנה. (זשורנאל ניוז)
- ירושלים: פיליפין נוירס האט ארויסגעשווינדעלט פון איר 100 יארגער אלטער אידישער פאציענט איבער 100,000 דאללער. (זשעי. פאוסט)
- האלאקאוסט לייקענער האלט רעדע פאר 250 פארזאמלטע אין בודאפעסט. (זשעי.טי.עי.)
- דייטשע סאלדאטען ווילן נישט געדענקען די האלאקאויסט ווייל אידן זענען רייך. (הארץ)
- אידישער מארגעטש בראוקער האט געהאלפן דיעל רבס זוהן איינקעשן פאלטשע טשעק. (ניוזדעי)
- אידישער מוזיעם עפענט זיך אין מינכן דייטשלאנד. (הארץ)
- לינקער ליבעראלער אידישער ביליאנער זשארדזש סאראס אטאקירט ציוניסטישער לאביאונג גרופע עיפאק אז זיי שטעלן אין סכנה אמעריקעס אויסערן פאליטיק צוליב אידישע אינטערעסע. (הארץ)
- ראמעניע: אידן פראטעסטירן באפרייאונג פון פרא-נאצי פירער. (זשעי. פאוסט)
- קרית יואל סעיפטי פאטראל אנגעקלאגט פארן אפשטעלן קאר אומגעזעצליך. אינגערמאן באאמטער רעזעגנירט פון דאפארטמענט פארן אויפנעמען קרימינאל צו פאטראלען די גאסען. (רעקארד אונליין)
- הרב שלמה ריסקין אלס ענטפער צו די קרוינונג פון רוב חרדישע דיינים אין רבנות בית דין רופט אויפשטעלן אן אלטערנעטיוובער בית דין וואס זאל בלויז ערהאלטן רבנים וואס זענען ציונים. (זשעי.פאוסט)
- בארא פארק רויבערס אנקלאגע אנטקעגן פאליציי ארויסגעווארפן (בעי רידזש קוריער)
{=== שבת 24סטן מערץ 2007 תשס"ז === {מוסטער:Portal:Current events/2007 מאַרץ 25}}
- די 50 גרעסטע מאכטפולסטע און מערסטע איינפלוסרייכסטע רבנים אין אמעריקע אין יאר 2007. מארווין הייער פון שמעון וויזענטאל צענטער איז דער ערשטער, דער צווייטער איז ר' יהודא קריינסקי דער בעל הבית פון אלע חב"ד שליחים. און ר' זלמן לייב טייטלבוים סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג איז נומער 15. און ר' שמולי בוטח און ר' דוד עלענסען פון די רעפארים און נאך זענען אריינגעקומען בעפאר אים. - זיין עלטערער ברודער, דער סאטמאר רבי פון מאנרוי ר' אהרן טייטלבוים מאכט דאס נישט אין די ערשטע פופציג. (ניוזוויק מאגאזין)
- סאודי אראביע דערלאזט נישט איינטריט פאר אידישען ידיעות אחרונות וואשינגטאן די.סי. שעף רעפארטער זיך מיטצוכאפן אויף הויפט יו ען שעף רייזע. (ניו יארק טיימס)
- בילדער אנווייזונגען וויזוי אויסרייניגען דעם קאמפיוטער קיבארד פון חמץ לכבוד פסח. (בח"ח)
- נאך א טראגישע קאר עקסידענט דערהארגעט נאך א חתונה געהאטע פארפאלק נעבן קרית ארבע חברון. (ערוץ 7)
- שבת אין וויליאמסבורג בין הזמנים: פראטעסט אין פארנט פון דירה אין בעדפארד גארדענס צוליב אלטע בחורים וואס וואוינען דארטן און טוען לויט די פרומע שכנים אפ אומווערדיגע טואונגען. (חדשות אנש)
- פלאן פון אייניקליך אויפצוגראבן קבר פון הודיני צו זעהן אויב ער איז נישט פארסםט געווארן צום טויט. (גארדיען)
- הגאון רבי מיכל יהודה ליפקאוויטש פון דער פאנאוועזשער ישיבה בני ברק מיט איסור קעגן אייפאד. (חיים רובין)
- עלטאן זשאן פירט דורך קאנצערט אין מעדיסען סקווער גארדען לכבוד זיין 60סטן געבורטס טאג. (ניו יארק פאוסט)
- דארפור איבערלעבער וויזיטען יד ושם. (באלטימאר זשואיש טיימס)
- אביגדור ליבערמאן וויל געבן בירגערשאפט פאר רייכע רוסישע גוים אין ארץ ישראל. (ערוץ 7)
- דירעקטארי פון אלע פסח סדרים איבער די גארער וועלט. (סאן טיימס)
- הכנסת ספר תורה אין וואל סטריט פירמע. (קרוין הייטס אינפא)
- מתנחלים דראען צוריק איינעמען און זיך באזעצן אין זייערע הייזער וואס די רעגירונג האט פארטריבן צוליב שלום מיט אראבער. (ווארד נעט דעילי)
- בית דין אין ירושלים איז מערער אויף אור-אלטן מנהג פון נישט עסן קטניות פסח דורך אשכנזים. (ערוץ 7)
- קוויבעק: סעפאטעריסטישע באוועגונג דערשטיקט אויף דערווייל ווען די פי-קיו פארטיי פאלט דריט אין די פראווינציאלע וואלן. היסטארישע רעזולטאטן ווען ליבעראלן געווינען נאר מינאריטעט רעגירונג (דאס ערשטע מאל אין איבער 150 יאר) און א נייע יונגע פארטיי (עי-די-קיו) קומט אריין צווייט אלס די אפיציעלע אפאזיציע פארטיי.(מאנטרעאל גאזעט).
- ארץ ישראל שטעלט אפ וואסער פלוס פון כינרת משך פון פסח כדי אז אירע איינוואונער זאלן נישט נכשל ווערן מיט חמץ און טרונקן בלויז כשר לפסח וואסער. (ען.עפ.סי.)
- ארץ ישראל: קיעסן שוין נישט חמץ א וואך פאר פסח בלויז קטניות. (ען.עף.סי.)
- בין הזמנים אין בני ברק: משמרת הצניעות וועט אינפארסירן קורפיו אז אלע געשעפטן מוזן זיך שפארן ביי 11 אזייגער אויף דער נאכט צוליב הוללות און פריקת עול פון די איגענט. (וויינעט)
- פאליסטינער פרוי אפגעשטעלט דורך צה"ל מיט קראקעדיילס ארום איר קערפער ביים רפיח גרעניץ דורכגאנג. (רויטערס)
- אוישוויץ איבערלעבער גייט צוריק צו סכנהדיגע האטעל ווי זי האט איבערגעלבט טעראר אטאקע, ארויסווייזן אז מער וועלן אידן נישט גיין וויליגליך צו זייער טויט. (ען.אר.זשי.)
- מוסד הרב קוק פייערט זיבעציג יאר צו זייער עקזיסטענץ, שאפט ביליג אויספארקויף פון אירע ספרים. (בח"ח)
- בית לחם: אראבקע מיידל געכאפט מיט מעסער נעבן קבר רחל. (עיטש.ען.ען.)
- וויליאמסבורג: פארברעכער אנטלויפט פון פאליציי און טראסקעט 15 שטאק צו זיין טויט. (ניוזדעי)
- ברוקלין: דעמאליציע הייבט זיך אן פאר אטלענטיק יארדס סטעדיום. (סי.בי.עס.)
- מאדערן ארטאדאקס רב ענטפערט אפ אטאקע פון יתד נאמן אויף ישיבת חובבי תורה. (אמת ואמונה)
- אנקעטע: 70 פראצענט פון ישראלים ווילן אפהיטן די אידישע טראדיציע. (וויינעט)
- חב"ד - הומער: מצה באקן אוטסארסט צו אינדיע. (קרוינהייטס אינפא)
- וואשינגטאן פאוסט פראפייל אויף הויפט רב פון פוילן ר' מיכאל שודריך. (וואשינגטאן פאוסט)
- מצה בעקעריי אין א סקול באס אין מאנסי פארשפארט. (ישיבה וועלט)
- נאציס אטאקירן אינגען אידישען מיידל וואס איז טעטיג קעגן זיי אין דייטשלאנד. (וויינעט)
- איד טויט פון עקסידענט אין פערו. (ען.אר.זשי.)
- קארטאפל ווערן מער פאפולער צו פסח סעזאן. (וויינעט)
- א קאץ דורכגעלאפן צווישן די 2 גרעסטע חרדישע ביליאנערן פון חב"ד; ר' לב לבייב פארלאנגט צוריק פערזענליך'ער חוב פון ר' ישעי' בוימלגרין פון 142 מיליאן דאלער. (גלאובס)
- סעקיורעטיס וויל ענטפערס פון ר' ישעי' בוימלגרין איבער די שאדן פון זיין אפקויף פון ריזן ארץ ישראל ריעל עסטעיט אינוועסטמענט קאמפאני. (גלאובס)
- צענדליגע פארשוואונדען און 5 טויט אין סוער פארפלייצונג אין עזה. (וויינעט)
- משגיח פאר או. יו. וואס האט בארעדט רעסטוראנט אז דאס איז נישט כשר ווערט אנגעקלאגט מיט 10 מיליאן דאלער פארלוימדונג שאדן. (ניו יארק פאוסט)
- טאני סנאו ווייסער הויז ספאוקסמאןס קענסער איז צוריק און אפעקטירט זיין לעבער. (וואשינגטאן פאוסט)
- מאריוואנא ערקלערט חמץ צוליב קטניות פראבלעם. (עי.פי.)
- סיטיזאנדיאום די פרייע ענציקלאפעדיע קאנקורענץ צו וויקיפעדיע, דערעפענט פארן פובליק, מיט צוויי תנאים וואס גייט זיין אנדערשט ווי וויקיפעדיע; עס ווערט נישט דערלאזט קיין אנאניאמע עדיטס. און עס וועט נישט הערשן אייניגקייט נאר עס ווערט געגעבן גרעסערע פירערשאפט ראלעס פאר עקספערטס און פראפעשאנאלס וואס וועלן געוועלטיגן אויפן פשוטן המון. (יו. עס. עי. טודעי)
- האלאקאוסט לייקענער, דעיוויד איירווינג טרעט אויף אויף נאציאנאלער טעלעוויזשען אין איטאליע, ערקלערענדיג אז גאז קאמערן האבן נישט עקזיסטירט אין אוישוויץ. (זשעי.טי.עי.)
- בארא פארק קאונסילמאן ר' שמחה פעלדער וויל דורכפירן געזעץ וואס וועט שניידען גארבעטש טיקעטס קאסטן. (ניו יארק סאן)
- לכבוד פסח: נייער סי.די. פון עורה פארשפרייט פון 5 ניי ניגונים, געזינגן דורך אברהם פריד, שלומי דאסקאל און נאך פראדוצירט דורך קאנטרי יאסי. (קרוין הייטס אינפא)
- זשעי. טי. עס., דער רבנות קאלעזש פון די קאנסערוועטיווע אידן וועט פון היינט מאל אנעמען געי און לעסביען תלמידים צו ווערן רבנים. (עס.לייוו)
- 2 נייע ראדיא סטאנציעס אין ארץ ישראל איינס פאר ש"ס פארטיי און דאס צווייטער פאר מתנחלים. (וויינעט)
- פאסט אפיס דירעקטאר דערשאסען אויף טויט אין צפת דורך באנדיטען אינמיטן רויבעריי. (וויינעט)
- פאנאוויטש מחלוקת ווארשיינליך ביי דער ענדע, ווען העכסטע געריכט אין ארץ ישראל פסקענט לטובת הרב אליעזר כהנעמאן קעגן זיין שוואגער הרב שמואל מארקאוויטש. (בחדרי חרדים)
- יו ען רעקאמאנדעריט פאר יעדן העטראסעקסואל דורכגיין ברית מילה. (עי.פי.)
- טוילעט פעיפער קאמפאניס שלאגן זיך אויף חרדישע קאסטומער. (וויינעט)
- פראנצויזישער געריכט ציעט צוריק פון פריערדיגע פסק, און ערקלערט אז באן וועט נישט פארגיטיגן די אידן איבערלעבער און מפחות פון טויט וואס מען האט געטראגן קיין אוישוויץ. (ען.עף.סי.)
- 20 טויזענט חב"דסקע משיחיסטען זאמעלן זיך איין צו פייערן די 105 געבורט טאג פון זייער רבי און ווערן איגנארירט פון חב"ד מעין סטרים מידיע. (ען.עף.סי.)
- איזראעלי אטוירני זשענעראל דערלויבט נישט צו דורכפירן אפגעטיילטע טורס אין מנהרות הכותל לכבוד חול המועד. (ען.עף.סי.)
- מען רייניגט אויס די כותל פון אלטע קוויטלעך. לכבוד פסח. - בילדער. (וואלה)
- ברוך דיין האמת: אלמנה פון הרב אברהם יושע העשל פארשטארבן. (באסטאן העראלד)
- רעליגיעזע ציונים אין געריכט אנקלאגע קעגן ניי דיינים באשטעטיגונג. (זשעי. פאוסט)
- קאנגרעס דרוקט אויף עפענונג פון נאצי ארכיווען. (זשעי. פאוסט)
- באקא ראטאון: מארד פון אידישע פרוי שאקירט ארטיגע קהילה. (פאלם ביטש פאוסט)
- אידישער ביזנעסמאן ווערט צוריקגערופן פון זיין אמבאסאדארשיפ דורכן ווייסן הויז נאך דרוק פון רוב דעמאקראטישן קאנגרעס און סענאט צוליב זיין שטיצע פאר די קאמפיין קעגן זשאן קערי. (סאן העראלד)
- עמי פופר דער בעל תשובה וואס האט דערמארדעט 7 פאליסטינער ווערט אנגעקלאגט אין טויט פון זיין אייגן ווייב און קינד. (וויינעט)
- ריזן כוס של אליהו געקויפט פאר וויליאמסבורג סאטמארער רבי, ר' זלמן לייב טייטלבוים אין ווערד פון הונדערט טויזנט דאלאר, דורך דעם חרדישן מיליאנער ר' משה גרינפעלד פון וויליאמסבורג. (כל העולם כולו)
- ערב פסח רייניגונג טראגעדיע אין נתניה: חרדישע בעיבי פאלט אריין אין בליטש וואסער טויט. (וויינעט)
- פלאן צו פארכאפן חרדי פארשטערט, שב"כ ארעסטירט אראבער. (הארץ)
- נייער אנקעטע צייגט אז פרויען האבן מער הנאה פון סעקס אלייןס אן א מאן. (ביאק)
- לערי סאנגער, גרינדער פון סטיזענטום, ציעט צוריק פון זיין אייגן פאליסי וואס ער האט זעלבסט געמאכט פארן וויקיפעדיע ווען ער האט דערין געארבייט אלס אנפירער, פון איגנארירן און עס איז נישטא קיין געזעצען. ער טענהט אז די אנארכיע וואס הערשט אין טרייבט וויקיפעדיע, פארטרייבט די סארט גוטע טאלאנטען פון וויקיפעדיע און זיין קאנקורענס וועט דאס איינצוימען און יא ציען די פראפעסיאנאלן און טאלאנטן. (דער מארקער)
- געריכט פסקענט אז חיים רמון פארבלייבט ריין פון פארברעך פלעק, טראץ דעם וואס ער איז געפינען שולדיג אין סעקסואל באלעסטיגען זיין ארבייטארען. ער קען ווייטער דינען אלס חבר הכנסת. (וויינעט)
- פרעזידענט בוש דערמאנט ליובאוויטשער רבי אין נאציאנאלער חינוך פראקלאמאציע טאג פאר אמעריקע. (זשעי.טי.עי.)
- שאקרינדער אויפדעקונג: טעדי קאלעק איז געווען א מסור וואס האט ארויסגעבען אידישע טעראריסטען פאר בריטאניע. (וויינעט)
- פיצא געשעפט אין פלעטבוש ליציטירט ערשטע פיי פון מוצאי יום טוב פסח אויף אי בעי (די ליציטאציע).