יארצייט
יאָרצײַט אָדער יאָהרצײַט איז דער טאג וואס לויפט אפ דעם יאר וואס א נפטר איז געשטארבן יענעם טאג. על פי הלכה ברויכט מען פאסטן און זאגן קדיש, אבער עס איז דער מנהג צו צינדן ליכט ווייל די נשמה האט א עלי' און צו געבן בראנפן צו טרינקן לחיים, ביי א תיקון נאכן דאווענען, און זיך וואונטשן אז די נשמה זאל ארויפגיין גרעסערע מעלות אין גן עדן.
מען פירט זיך אויך ארויפגיין צום קבר און לייגן א שטיין און זאגן קאפיטלעך תהילים און לערנען משניות.
א יארצייט פון א צדיק איז א "הילולא" ארויסצוברענגען זיינע תולדות און לערנען זיין תורה און זיך פרייען און לערנען זיין לעבן.
שבת פאר דער יארצייט
רעדאַקטירןדער מנהג איז אז איינער וואס האט יארצייט בו ביום אדער די קומענדיקע וואך איז א חיוב פאר אן עליה שבת. ביי א סאך חסידים איז אויך דער מנהג מכבד זיין איינעם וואס האט יארצייט בו ביום אדער די קומענדיקע וואך מיט בענטשן ביי שלש סעודות.
וועבלינק
רעדאַקטירן- יארצייטן פון אלע צדיקים. נהורא (ארכיווירט 28.10.2005 ביי דער Wayback Machine)