ישיבת המתמידים

(אַריבערגעפֿירט פון מתמידים)

ישיבת המתמידים (אדער ווי זי הייסט היינט קהל עדת ירושלים) איז א ירושלימער חבורה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א בעלזער חסיד ר' יוסף אייכלער ז"ל און ר' אברהם לייב קליין ז"ל. דערנאך איז איר ראש חבורה געוועזן רבי לייב מינצבערג ז"ל.

די ישיבה גדולה און דער עיקר אקטיוויטעט געפינט זיך אין ירושלים, "מנחת יצחק" געגנט. אויך האט זי נאך שולן צעשפרייט אין ירושלים, פון זיי די צוויי גרויסע שולן, איינע אין די אונגארישע הייזער און איינע אין די ווארשעווע הייזער. היינטצוטאג האבן זיי אויך שולן אין די דרויסנדיקע שטעטלאך וווּ די ירושלימער האבן זיך אריבער געצויגן, ווי בית שמש, ביתר עילית אא"וו.

היסטאריע רעדאַקטירן

די חבורה האט זיך אנגעהויבן אומגעפער אין יאר ה'תש"י, ווען זיי האבן אנגעפירט א "ישיבת המתמידים" פאר בחורים (אנדערש ווי דער נארמאלער שטייגער אז א "ישיבת המתמידים" איז געוועזן בלויז פאר קינדער), אין די "חברה" האבן זיי אנגעפירט צומאלן "נסיעות" צו קברי צדיקים, וואס האט גורם געווען זאל די ישיבה שנעל וואקסן. מיט דער צייט האבן זיי פארענדערשט דאס ציל פון די נסיעות אויך אויף פארוויילונג.

אין די 90קער האבן זיי געטוישט דעם נאמען פון ישיבת המתמידים צו קהל עדת ירושלים צוליב דעם וואס דער נאמען ישיבת המתמידים איז א כלליתדיקער נאמען און עס האט פֿאַרשװערט די משולחים צאמנעמען געלטע פאר דער ישיבה.

דער קאָנפֿליקט מיט דער עדה החרדית רעדאַקטירן

אינעם יאר 1995 האבן מתמידים באַקומען אַ שטח פֿון דער "ציוניסטישער" ירושלימער מוניציפאליטעט אױף צו בױען אַ שול, דאָס האָט צוגעברענקט דעם קאָנפֿליקט צװישן מתמידים און די עדה החרדית.

זייער אויסקוק ביי די רבנים רעדאַקטירן

ישיבת המתמידים האט א באזונדערע פילאזאפישע וועג מיט ווי זיי באוועגן זיך צו די יידישקייט.

  • זייער גלויבן אין גאט קומטמיט מיט פארשן און אויפווייזן דעם גאט אויף גאר א פשוטן אופן.
  • זיי זיינען מסביר די טעמי המצוות זאלן זיין פארשטענדליך און ראציאנאליש.
  • זיי פסלען נישט אפ פילאזאפישע ספרים מורה נבוכים, שער היחוד פון דער חובת הלבבות און אויך ספרים ווי ר' אברהם בן הרמב"ם א.א.וו.
  • דער מנהיג ר' לייב מאכט אפ "מאדנע" אמונות פון איינציקע פרומע קהילות. ווי די חבדצקער חסידים וואס גלויבן אז זייער רבי איז משיח. און ווי דער אמשינאווער רבי וואס מאכט קידוש אין מיטן דער וואך.

אבער מיט דאס אלעס איז דאס זייער א פארמאכטע און אפגעשיידטע קהילה פון דער מאדערנער וועלט.

אקטיוויטעטן רעדאַקטירן

װעבלינקען רעדאַקטירן