רבי דן סג"ל איז א גרויסער בעל מוסר און משגיח אין דער תפרח ישיבה.

דן סגל
געבורט 1938 (אלט 86 בערך)
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט פאנאוועזשער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס יחזקאל לעווינשטיין, שלמה זלמן אויערבאך, שמואל ראזאווסקי, אהרן יודא לייב שטיינמאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן הרב אשר מרדכי און פעסל פנינה סג"ל.

ער איז א תלמיד פון רבי חאצקל לעווינשטיין, רבי שלמה זלמן אויערבאך, רבי שמואל ראזאווסקי און הרב אלעזר שך, און ער איז געווען נאנט צו און א תלמיד פונעם סטיייפלער, וואס האט מיט אים אסאך גערעדט אין הנהגה. אויך איז ער א חסיד פונעם לובלינער רבי׳ן.

ארגינעל איז ער געווען משגיח אין דער מירער ישיבה אבער היינט צוטאגס איז ער און ישיבת תפרח און ווי אויך ווערט ער פאררעכענט אלס דער משגיח ביי כלליתדיג אלע חרדים ביי אלע קרייזן אפילו ביי חסידים וואס מען רופט אים הערן מוסר.

דער סוד פארוואס ער איז פאפולער ביי חסידים איז צוליב דעם וואס ער רעדט ארום זייער פיל פון ספרי חסידות און ער איז זייער אדוק און ספרי חסידות, ובפרט ספרים פון רבי אהרן ראטה דער שומרי אמונים רבי.

ער האט א ברודער ישראל סגל א באקאנטער אפגעפֿארענער וואס איז געווארן א גרויסער שריפטשטעלער און זשורנאליסט אין די ישראלישע מעדיע וואס האט ארויסגעגעבן א בוך אין א נאראטיוו פון זיין לעבנס אויפוואקסונג צוזאמן אין איין שטוב.

ער איז אדורך א סקאנדאל ווען זיין שול אין עזרת תורה געגנט איז געווען פארמישט אין א שטורעמישער מערכה מיט מסירות און שלעק מיט איר בעל הבית הרב ליכטנשטיין דער גרינדער פון כולל רמ"א.